ס'געדענקט יעדער איינער יאר איין יאר אויס ווי אזוי ס'האט אויס גקעקוקט ביי נידערמאן זיין חלוקה פאר קמחא דפסחא
מען האט געפענט א גראזש וואס דארט איז געלעגן 50 באקסעס קארטפאל מיט 30 באקסעס עפל
אין נשים קטנים עבדים האבן זיך אויף דעם ארויף געווארפן מען האט זיך גע'רצח'עט ווי אין לאגער ארויס צי כאפן אן עפל
קעגן איבער איז נידערמאן מיט זיינע צוויי שותפים מענצער מיט גאלבערגער געשטנען אין זיך געווארפן פאר געלכעטער
ער באקומט יעדעס יאר געלט פין דעם ציוני ווילי ראפויגל אויס ציטיילן פאר די וויליאמסבורגער עולם
אביסיל פלעגט ער ארויס ווארפן פארן עולם, אין די רעשט פין דעם רויב פלעגט ער אריין ריקן ביי מענצער אין גאלבערגער אין זייער סטאר וואן סטפא קאשער אין מען ב"ה געהאט אויף פסח צי מאכן
פאריאר איז אריין געקומען אן ענדערנוג פראזשקעט שבענו אין מען האט געטיילט מיט א סדר אין בדרך כבוד פאר איבער 1200 יודען אויף פסח צי מאכן
נידערמאן האט געברענט אין האט געשריגן מען צי טיילט וויליאמסבורג
ס'איז געקומען צי די וואלן האט ער פארלוירן צי זיין א דעלעגאט ביי הילערי
נאכדעם איז אנגעקומען האריקען סקאוודראן, ווי ער מיט דעם געמיינעם קערל שלום דייטש האבן פורבירט צי משוגע מאכן מיט מציצה בפה דער עולם איז געווען מיד פין נידעראמנ'ס הפקר'דיגע ווערטשאפט
אין א דאנק סאטמאר האט סקוואדרן געווינען מיט א שמאלע מערהייט
היי יאר פארשפרעכט נידערמאן צי טיילן בהרחה אין בדרך כבוד מיט א סדר אז יעדר איינער זאל קענען קריגן
ווי ס'שטעלט זיך ארויס מיז נידערמאן האבן שטעקן איבער זיין קאפ