בית פורומים כל העולם כולו

זאליס צופליקט - פורים ערב פסח

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/4/2009 17:08 לינק ישיר 
זאליס צופליקט - פורים ערב פסח

די זאליס זענען שרעקליך צופליקט נאכדעם וואס ר' זלמן האט ארויסגעגעבען א הוראה מיטוואך אז די זאליס זאלן אנטאן ערב פסח ביי קידוש החמה לכבוד פורים שטריימלעך..!

בן פראדל האט עס נישט געלאזט אריין לייגן אין דער איד, ער האט געזאגט אז דאס איז פורים, בשעת זיין אייגענע טאטע איז נישט געגאנגען מיט קיין שטריימעל ביי קידוש החמה, אזוי אויך פירט זיך די גאנצע וועלט נישט צו גיין מיט קיין שטריימעל, אבער ליפא קרויס און אברהמי ברוין האבן פארפירט אז מען זאל יא גיין, טא האבן זיי אריינגעלייגט אין דבר יום ביומו די זאלי באפעל אז אלע זאליס זאלן זיך אנטאן לכבוד פורים החמה שטריימלעך, און זיי האבן עס אויפגעהאנגען אין ראדני, אבער משה פראדל חברה האבן עס אראפ געפליקט אינמיטען שבת.

די זאליס שעלטן ווי בינען קרויס און ברוין פארן מאכן אזא פורים, און זיי ווייסן נישט וואס צו טאן פאר בושה, און וואס צו טאן ביי קידוש החמה, בשעת די גאנצע שטאט וועט גיין מיט היטן און וואכענדיגע בגדים וועלן די זאליס מיזן גיין מיט פורים שטריימלעך, ווי עס קוקט אויס וועט עס זיין צוטיילט, משה פראדל און זיין קאמפעני וועט גיין מיט היטן, ליפא קרויס און זיין קאמפעני וועלן גיין לכבוד פורים מיט שטריימלעך.

די שאלה איז וואס ר' זלמן וועט טאן, עס איז דא וואס פירן זיך אזוי, און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי...

אבער ר' זלמן האט שוין געמאלדען אז תורה וועט ער נישט ח"ו משנה זיין און חס ושלום ל"ע ולא עליכם נישט זאגן קיין תורה...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2009 19:05 לינק ישיר 

מאיר ראטה האט דערקלערט , אז ער גייט נישט גיין מיט א שטריימעל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2009 19:35 לינק ישיר 

דער מסור קוטשי וואלי זאגט אז ער וועט גיין נישט מיט א הוט און נישט מיט א שטריימעל נאר מיט א קוטשמע...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2009 21:30 לינק ישיר 

דער מן הארץ פראבירט דא מסתם ציגעפעלן פאר ר זככוותתתתתיאגיייייןעלייננייי אידען ווייל אין תשי"ג איז די רבי ז"ל געגאנגען מיט א שטריימעל דער ברך משה ז"ל איז אבער אין תשמ"א נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ער האט געזאגט אז דער דברי יואל ז"ל איז געגאנגען מיט א שטריימעל אין תשי"ג ווייל עס איז געווען אוסרו חג פסח

אבער גיי לערן מיט דעם גאון  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2009 21:39 לינק ישיר 


סתם געמאכט א מעשה, ארייגעמישט די פאליטיק און קידש החמה

ווי איך הער פלאנט מוהר"א אויך אנציטיען א שטריימעל, און אסאך חסידים גייען גיין מיט שטריימליך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2009 22:03 לינק ישיר 

קוצי מהר"א גייט נישט מיט קיין שטריימעל אין די חסידים גייען נישט מיט קיין שטריימעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2009 22:32 לינק ישיר 

דער הייליגער חתם סופר שרייבט אז מ'זאל נישט מאכן חוזק פון די פארשידענע מנהגים שונים ביים כלל ישראל. יעדע מנהג ישראל האט א הייליגע מקור און יעדער זאל זיך פירן כפי מנהגו הטוב.
אויב איינער גייט ביי חנוכה ליכט צינדן מיט א שטריימל, אדער ביי א וואכטנאכט פון א אייניקל וכדומה. לעצטענס גייען אסאך אידן מיט אשטריימל ביי די קינדער'ס בר מצוה.
 היינטיגע דור גייען אלע חסידים מיט שטריימלעך ביי די חתונות פון זייערע רעבי'ס קינדער. וכו'.
אויב רבינו הק' זי"ע איז געגאנגען ביי ברכת החמה אום איסרו חג מיט א שטריימל, (למעשה איז ער געגאנגען פון דערהיים ביז צום בית מדרש מיט'ן היט, נאר ביי די ברכה האט ער אנגעטון דעם שטריימל.) קל וחומר אויב דאס געפאלט אום ערב פסח וואס איז מער יו"ט עפ"י שו"ע. ווי ס'ווערט געברענגט להלכה אז נאך חצות זאל מען נישט טוען קיין מלאכה.
בכן זאל יעדער טון כפי הרגשת ליבו און נישט אפלאכן פון א צווייטן. נאר יעדער זאל מתפלל זיין ביז מיטוואך אז ס'זאל זיין א שיינער וועטער און די זון זאל אונז נישט פארשעמען. ווייל לויט דעם מצב הדור ווי ליידער אסאך מענטשן וואס זענען זיך מתלבש מיט חסידות, מיינען אז נאר זיי האט השי"ת ליעב, זיי מאכן גישפעט פון יעדע אנדערע חסידות.
סוף כל סוף האט השי"ת ליעב יעדן איד און יעדע חסידות זאל זיך געזונטערהייט פירן ווי זיי האלטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2009 22:48 לינק ישיר 

אזוי ווי ליפא קרויס האט געזעהן אינעם ירחון פון מבצר הכוללים בקרית יואל, אז רבינו שליט"א האט געזאגט אז מען גייט נישט מיט קיין שטריימעל ביי ברכת החמה, האט ער זיך גלייך צוגעכאפט אז דאס מיינט אז די זאליס דארפן יא גיין.

אזוי ווי די זאליס טוען אלס, ווען רבינו שליט"א זאגט יא איז ביי זיי ניין, און ביי ניין איז ביי זיי יא.

עס האט נישט מיט קיין מנהג, צו אנדערע זאכן וכו', נאר מיט דאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2009 22:56 לינק ישיר 

יאפס איך פארשטיי כדי נישט אפצילאכען פין די אידן וואס גייען מיט א שטריימעל ביי ברכת החמה גייט דער גאון גיין מיט א שטריימעל אין אפלאכען פין זיין טאטען וואס איז נישט געגאנגען מיט א שטריימעל

נוסח אהבה מוסתרת    



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2009 23:20 לינק ישיר 

די לץ הערש

שיק אריין דיין טעקסט אין א בריוו צי דער איד פאר די הדלקה ל"ג העמור אין קרית יואל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2009 08:25 לינק ישיר 

דער דברי יואל זצ"ל איז געגאנגען א שטריימעל ווייל ער איז אויף גיווען א גאנצע נאכט און גילערנט אויז ער נאך פארבליבען מיטן שטריימעל פון מוצאי פסח האדמו",ר מראדני גידענקט אז פאריאהר איז מען גיגאנגען ערב פסח מיט א שטריימעל גייט מען דאס יאהר אויך וואס די גמרא כדי שלא יאמרו אשתקד לא



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2009 08:33 לינק ישיר 

עטס קענטס ענק ארומדרייען מיט ענקערע שטויביגע הוטן וואו די יעקישע, אונז וועל מיר אי''ה אנטוהן שיינע שטריימלעך לכבוד דעם געהויבענעם מעמד וואס קומט אהן איינמאל און 28 יאר.
כ'הער זאגן אז ר' ברוך ט''ב חתנא דבי נסיעה (מואווינג ראביי) האט פארבאטן אלע קרית יואל'ע געשעפטן פון אריינעמען עפלסיידער אבער מ'קען עס באקומען אינטערן טיש ביי לאנדא'ס... 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2009 15:31 לינק ישיר 

אינז האבן מיר שוין געטרינקן עפל סיידער ו' ניסן, יום הצלה והשחורר של העדה החרדית .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2009 16:20 לינק ישיר 

טרייסט דיך מיט דעם און מיט אנ''ש דייקא פון בני ברק...
הרוצה לשקר ירחיק עדותו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2009 18:42 לינק ישיר 



עס קוקט אויס אז בן פראדל האט ווידער געזיגט, אז זיי גייען נישט גיין מיט קיין שטריימלעך, היינט אין דבר יום ביומו אין און ראדני אויף די צעטליך האט מען שוין אראפ גענומען דאס אז מען דארף גיין מיט בגדי שבת יו"ט.



איך הער אבער אז הגז"ל וויל יא אז ער אליין זאל גיין מיט א שריימעל, ווייל ער איז דאך די רעבעזעררונאלעווראכע אליין, בן פראדל האט אים געטרייט מסביר צו זיין אז דאס וואס די רבי זי"ע איז געגאנען מיט א שטריימעל, איז ווייל עס איז געווען אסרו חג אין די רבי האט זיך נישט אראפ געלייגט א גאנצע נאכט פון די חביבות המצוה, איז ער שוין פארבליבען מיטן שטריימעל, האט אים הגז"ל גענפערט נו איך האב מיר שוין נישט אראפ געלייגט זייט שבת, איך בין אויך געבליבען מיט די שטריימעל.



ביז דערווייל איז נאכנישט באשלאסען וואס הגז"ל וועט טוהן.


 



תוקן על ידי יודלע ב- 06/04/2009 18:49:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2009 20:42 לינק ישיר 

אזוי ווי ר' זלמן ליינט דא הייד פארק יעדן טאג, און איז איינע פון אונזערע חשובע חבירים, האט ער געזעהן וואספארא חוזק ער איז און יעדער לאכט פון אים, האט מען היינט אין דבר יום ביומו אראפ גענומען אז מען גייט בבגדי שבת, ביטע ווער עס האט זאל לייגן דא א קאפיע.

אזוי ווי אונזער הייד פארק חבר ר' זלמן ווייסט נאך נישט וואס צו טאן מיט זיך צו ער זאל יא גיין מיט א שטריימעל צו נישט, בעט מען דער עולם זיי זאלן זאגן זייער מיינונג.

מיין מיינונג איז אז ער זאל יא גיין מיט א שטריימעל.. און ליפא אויך..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס צופליקט - פורים ערב פסח
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext