היינט האט דער מענעדזשער פון עמעזינג סעיווינגס געמאכט פאני קאלס פון יענעם געשעפט, און די פאליס איז געווארן פארמישט.
דער ווייזער פון עמעזינג סעיווינגס האט געמאכט פאני קאלס פאר מענטשן וועלכע האבן זיך געפארעט מיט UJ CARE טיילונג (שבענו). און האט זיי געסטראשעט אז ער וועט זיי איבערגעבן פאר די איי אר עס וכדומה.
עטליכע אינגעלייט האבן געמאכט א רעפארט ביי די פאליס, און א קורצע אויספארשונג האט געפירט צו משה ווייזער פון עמעזינג סעיווינגס.
פרטים יבואו.
נשלח ב-6/4/2009 08:02
לשון הרע
עס לאזט זיך נישט גלייבען אויף אזא יקר באנשים ווי ר' משה שמואל ווייזער נ"י וואס איז א מקורב בביתו פון כ"ק אדמו"ר מקראלי - ספינקא שליט"א
נשלח ב-6/4/2009 08:25
היינט האטדער אלטער חסר דעה פויגל פונעם בעקעריי געמאכט פאני קאלס , און די פאליס איז געווארן פארמישט.
דער פויגעל פונעם בעקעריי האט געמאכט פאני קאלס פאר מענטשן וועלכע האבן זיך געפארעט מיט UJO טיילונג (סעד ועזר). און האט זיי געסטראשעט אז ער וועט זיי איבערגעבן פאר די איי אר עס וכדומה.
עטליכע אינגעלייט האבן געמאכט א רעפארט ביי די פאליס, און א קורצע אויספארשונג האט געפירט צו פויגל פונעם בעקעריי.
פרטים יבואו.
נשלח ב-6/4/2009 08:36
איך בין מוחה ! מען האט דא גענומען א טייערער חשובער וויליאמסבורגער עסקן אין על לא דבר ארויפגעשמירט א מעשה. מארגן וועט דער 50 יעריגער תמימותדיגער ליידיגייער פין די פריערדיגער דור זאגען אז ער האט אליינס געזעהן א קלארער היידפארק אז ר' משה ווייזער האט געמאכט פאני קאלס, ר' משה איז א עסקן וואס געבט זיך אוועק בכל נפשו צו העלפן אידען ר' משה וואלט קיינמאל אין זיין לעבן נישט געסטראשעט אדער געמאכט קאלס ווייצוטאן א איד.
ארגינעלער איך האב דיך שוין איינמאל געפרעגט אין איך וועל דיר פרעגען נאכאמאל ווי האסטו געקויפט אזוינע ברייטע פלייצעס צוקענען ווייטאן א איד אין זיין מוציא שם רע אין גורם זיין פאר זיין משפחה עגמת נפש אין גיין שלאפען אין מארגן זיך ווייקען אין מקוה ווי א שיינער איד.
נשלח ב-6/4/2009 15:30
ארגינעלער די ביסט זיכער די מעשה איז אמת ?
פארגעס נישט ארגינעלער ס'איז פאר פסח, אין דער איד ברויך פרנסה אין מיט אזא מעשה
קען מען אים שאדן מאכן .
נשלח ב-6/4/2009 16:17
מ'קען מיינען אז דער עולם ליינט און גלייבט היידפארק...
האקאבו, זיי נישט אזוי באזארגט, קיינער גלייבט סייווי נישט די שטותים וואס איך און דו שרייבן דא...