זעלטענע סוקסעס ביי UJ CARE מאסן חלוקה אין וויליאמסבורג
ב"ה דאס טיילן די עסן פאר אזויפיל קהלות און משפחות אין וויליאמסבורג איז דורך נעכטן זינטאג נאכמיטאג מיט א זעלטענע סוקסעס.
אנדערש ווי פאריאר ווי מ'האט אויף איין פלאץ געטיילט פאר יעדעם דאס עסן און מ'האט געברויכט ווארטן זייער לאנג ביז מ'האט געקריגן האט מען דאס יאר געמאכט א סיסטעם אז עס איז געווארן צוטיילט ביי די אלע בתי מדרשים און קהלות ווי פריער געמאלדן ווי מענטשן האבן רואיג באקומען פאטעטא'ס, אייער, גרעיפ פרוכט, עפל, סעלצער סאדע, פסח'דיע קעיק פון אבערלענדער.
אנדערש ווי געראכטן איז דאס יאר געווען א ריזיגער עולם וואס איז געקומען נעמען פונעם מאסן חלוקה. אפילו מען האט דאס געמאלדן זייער שפעט, אנא פאמפע, אבער מיט דעם אלעם איז דאס צוגעגאנגען מיט א מייסטערהאפטיגען סדר. ווען יעדער קאר אדער מענטש מיט א וועגעלע האט גלייך באקומען וואס זיי האבן געברויכט צוגעטראגן צו זייער אויטא.
עס זענען דארט געווען אן א שיעור עסקנים אינגעלייט און בעלי בתים וואס האבן ארויסגעהאלפן צום סוקסעס און געהאלפן מיטן גרויסן קמחא דפסחא פארטיילונג.
איך וועל אי"ה לייגן שפעטער בילדער.
|
|