בלום'ס פאטעטא טשיפס, קאטען סיד אויל
אזוי ווי גאר אסאך אידען זענען מדקדק און ניצען נישט אין פסח קיין קאטען סיד אויל, להוי ידוע אז אויף די בלום'ס פאטעטא טשיפס שטייט בפירוש אז עס האט קאטען סיד אויל, יא, די וואס זענען כשר לפסח.
אגב, דארף מען לפי זה קוקען אויף אלע זייערע פראדוקטען, און מאכען זיכער אז עס האט נישט קיין קאטען סיד אויל, און בעסער וואלט געוועהן זיך אין גאנצען פורש צו זיין פון זייערע מאכלים אויף פסח, וויבאלט דער בעל מכשיר זייערע איז נישט מקפיד ווארשיינליך אויף קאטען סיד אויל אין פסח, קען זיין אז אנדערע מאכלים זאלען עס אויך האבען אינטערען נאמען "וועדזטעבעל אויל".
פארשטייט זיך אז די אידען וואס עסען קאטען סיד אויל אין פסח, יאכלו ענוים וישבעו, אבער די וואס נישט, און ווילען עס איך נישט געבען פאר די קינדער, זאלען וויסען דערפין און עס נעמען אין אכט.
|
|