בית פורומים כל העולם כולו

שוידער! זאלי'ס ברעכן אראפ מציבה אין ביה"ח

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/4/2009 22:28 לינק ישיר 
שוידער! זאלי'ס ברעכן אראפ מציבה אין ביה"ח

שוידערליך.

רז"ל איז אין די מינוטן אנגעקומען צום ציון הקדוש ווי זיינע קווינסער לאביצעס האבן אויפגעשניטן דעם מיטעלסטן אריינגאנג פון אונטן און אומגעווארפן די צעמענטענע בעריקעיד'ס וואס ליגט דארט ווי ער האט זיך אריינגעשלייכט פון די אינטערשטע אריינגאנג, צו ווייזן אז ער פירט אויס.

ביים גאנצן איבערקערעניש, נישט וויסענדיג פון דארט ווי ווייטער צו גיין האבן זיינע בחורים אראפגעבראכן די מציבה פון ר' שמעון גאטליב ז"ל.

וועלענדיג ווייזן אז ער גייט נישט אויפן וועג ווי מ'האט אנגעגרייט פאר אום צו גיין געהעריג האט ער אנגעמאכט א גאנצער איבערקערעניש און געטומל און דעריבער אראפגעראכן די מציבה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 22:36 לינק ישיר 

פון גאר נאנטע קוועלער הערט מען אז אנשטאט אריינלייגן א קוויטל האט ר' אהרן אריינגעלייגט די פעמילי קאורט פאפירן און האט געוויינט בדמעות שלוש מיט קראקאדיל טרערן...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/4/2009 22:41 לינק ישיר 

לויט ווי אפגעשמיסט פון פאראויס מיט די פובליק סעיפטי דעפט. האט רז"ל געברויכט ארויפפארן מיט זיין אויטא ביז צום אינטערשטן אריינגאנג הארט נעבן אוהל הקדוש פון זיין טאטן ז"ל - אזויוווי פארגאגענעם כ"ו אב - און פון דארט ציוואקן דעם קליינעם שטח.

וועלענדיג ווייזן ווער עס איז "בעה"ב" אין בית החיים, נו, אז געלט קען מען נישט נעמען, חלקות קען מען נישט פארקויפן, מעמבער'ס זייערע קענען זיי נישט באגראבן  און בודקעס קען מען נישט שטעלן, האבן זיי אבער נאך אלץ זייער אלטער מהלך פון שלעק און טעראר.

זענען זיינע בחורים (נישט זיכער 22 אדער 23 באסעס, נישט זיכער..) אויפגעקומען אויף א פלאן, די מינוט וואס ער איז אנגעקומען זענען זיי צוגעגאנגען צום אינטערשטן מיטעלסטן אריינגאנג - ווי מ'האט אמאל געגענקט געהעריג גיין, אבער היינט איז שוין פארבויעט פיל מיט מציבות - און דארט אויפגעשניטן דעם געיט מיט א גרויסן קאָטער און אויפגעמאכט דעם גרויסן טיר, אבער זיי האבן נאך געהאט א פראבלעם מיטן גרויסן צעמענטענעם באריקאדע וואס ליגט דארט, האבן זיי דאס איבערגערייט אויף דער ערד (פארגעס נישט, זייי האבן געהאט גענונג און נאך מען-פאוער, איך מיין 22 באסעס, גאר מעגליך 23, איך בין נישט באקאנט מיט די פינקטליכע נומערען..)

רז"ל האט זיך דעריבער שווער געקענט אריינקוועטשן דורך דארט, אבער עס איז אום פארט געלונגען,( ווי געשמועס איז ער דאך בעה"ב!) און אלע זיינע בחורים האבן אנגעפאנגען מיטלויפן מיט אום אין די גרויסע און שווערע מאראסט, אברמי ברוין האט געשריגן און געטיילט פעטש פאר יעדער וואס האט שוווער געמאכט דער שוין אזוי אויך שווערען וועג.

נישט וויסענדיג געהעריג ווי צו גיין וויבאלד דארט איז שוין אלעס פארבויעט מיט קברים האבן זיי אין דעם גרויסען געפילדער אראפגעבראכן דעם אויבערדערמאנטן מציבה פון ר' שמעון גאטליב ז"ל וועלכער ליגט אינעם ערשטן רייע פון אונטן.

נו, ווער איז בעה"ב ?

שאול פערלשטיין ווייסט וואס ער רעדט!...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 22:46 לינק ישיר 

 די קווינס בחורים האבן אומגעווארפען די מציבה פון דעם גאטליעב ע"ה, און געמאכט א שוידערליכע חילול מציבה ובית החיים, נאכדעם וואס די מציבה איז זיי געשטאנען אין וועג.

דערנאך האבן זיי ביי די טענט פון די לעכט לעבן דעם אוהל הק' 2 מאל אונטערגעצינדען, און עס איז געכאפט געווארן ב"ה אינדערמיט, איצט געפינען זיך דארט א מחנה פאליציי און נעמען קער פון די קווינס חיות, און טראגען זיי ארויס פון דארט, די קווינס בחורים שרייען אפען בית החיים און קוויטשענען ווי שווארצע מטורפים.

ר' זלמן איז אריינגעקומען צו פיס דורך די גהעריגע גדר, נאכן צוברעכען געם גדר, און זיין קאר מיט אלע לעלוס האבן געמיזט בלייבען אינטען און נישט געקענט ארויף פארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2009 23:06 לינק ישיר 

אויף היידפארק קענסטו שרייבן וואס די ווילסט, ווער עס איז דארט זעהט פונקטליך ווער די חיות און די מטורפים זענען, מ'קען זיי זייער גרינג אידענטיפיצירן, זיי האבן אהן חאלאטלעך...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/4/2009 23:11 לינק ישיר 

פרוכטבאר, האסט פארגעסן אז ס'איז בין הזמנים און היינט גייט יעדער מיט רעקלעך...

זאג מיר צו אז נעקסטיים וועסטו טראכטן פאר די שרייבסט. מסכים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 23:28 לינק ישיר 

רז"ל מיט זיין סוויטע האבן יעצט פארלאזט דעם ביה"ח (די פילע באסעס זענען נאכנישט אנגעקומען..) מיט ביזי ביזיונות.

 ער האט געמוזט אראפשפאצירן דעם ביה"ח און ווערן באגראבן אין מאראסט צוליב זיין עקשנות נישט צוגיין פונעם זייטיגען אריינגאנג.

זיין אויטא האט נישט געקענט אריינפארן אין ביה"ח ווי זייער געהיימער פלאן איז געווען און יעצט גרייט מען אן אויף 550 בעדפארד נייע וועש פארן בעה"ב פונעם ביה"ח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 23:36 לינק ישיר 

א גרויסע מופת: מען האט געזונגן "אל אדון" און די מציבה האט זיך געריקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 23:37 לינק ישיר 

איך פארשטאנען אז דער גדר האט זיך געפענט דורכן ניגון.. מעגליך אז די מציבה אויך..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 00:03 לינק ישיר 

שפיטצער06 כתב:
פרוכטבאר, האסט פארגעסן אז ס'איז בין הזמנים און היינט גייט יעדער מיט רעקלעך...

זאג מיר צו אז נעקסטיים וועסטו טראכטן פאר די שרייבסט. מסכים?


אין מאנראו גייט איעדער חאלאטלעך



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/4/2009 00:11 לינק ישיר 

ווי איך האב שוין פאראויסגעזאגט וועט קל אדון ניגון שפילן א ערענסטע ראלע היינט אויפן בית החיים, און דא האט איר א כראנאלאגישן סדר פון דעם מעמד, ווי נאר מען האט זיך גענומען זינגען קל אדון איז ליפא קרויס צוגעלאפן סטראשענען וויטריאל פון פאבליק סעפטי אז ער מוז עפענען דעם מיטעלסטן גדר, ווייל אז נישט האט ער א פלאטע פון 18 באסעס אויפן וועג ארויס און זיי וועלן מאכן ארדענונג. ביים צווייטן פאל פונעם ניגון איז חנני' שמילאוויטש צוגעלאפן צום גדר און עס אויפגעריסן, און די קווינסע לאבאצעס האבן איבערגעדרייט דעם צעמענטענעם באריקאדע און געעפענט דאס פלאץ. ביים דריטן פאל האבן די זאליס פון גרויס עקסטאז אראפגעריסן דעם מציבה פון ר' שמעון גאטליעב ז"ל ווייל דאס איז געשטאנען און וועג. הגז"ל איז אריינגעקומען אנגעלאנט אויף זרילע גליק און משה גאבע און געפלאטשקעט אין מאראסט. ביי שבח האבן זיך די זאליס צושריגן מיט קולי קולות, און אזוי איז ער אריין אין אהל. אויפן וועג ארויס האט שוין וויטריאל צוגעשטעלט געהעריג שוץ אז ער זאל אראפוואקן ווי א מענשט. מיין פראגע איז נאר ווי זענען מיר אויף די וועלט??? קען כ"ק מרן רבינו שליט"א אריינוואקן היינט נאכט אין ראדני מיט פובליק סעפטי מיט בחורים פון די ישיבה אין קרית יואל??? פארוואס האט מען דאס צוגעלאזט???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2009 00:15 לינק ישיר 

איך האב נאך אזא לאו-לייפ אין מיין לעבן נישט געזעהן.

מ'האט מיט אום אפגעשמיעסט א געהעריגער וועג ווי ער זאל ארויפגיין בשלום ובשלווה, אבער ער האט אפגעמאכט די לעצטע מינוט אז ער וועט צייגן די חברא קדישא וואס ער קען.

זיי האבן אויפגעשניטן דעם פארשפארטן גדר, און געפלאנט אריינצופארן מיטן גאנצן "עסקאורט" ביזן אוהל. אבער די צעמענטענע באריקאדען - שוין נאכן אראפווארפן - האבן געטוען דאס זייעריגע און געלאזט דעם צדיק ווארטן אין קאר ביז ער האט איינגעזעהן אין זיין וויסטן דורכפאל און ארוישפאצירט אונעם זימפ צופיס!

איך האב אויף קיין טענות נישט, שאול פערלשטיין האט אום געזאגט אז מעניואל האט אלעס אויטאראזירט און יודא לעיזר יאקאבאוויטש איז אין קאנטאקט מיט די גאווערער'ס אפיס און אלעס איז אלל רייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 00:20 לינק ישיר 

 

איך קום יעצט פון ציון, און איך קען זאגן אלמלא לא ראיתי לא האמנתיו

איך בין געשטאנען די אונטערשטע העלפט פון ביה"ח ביי א ציון פון א קרוב, און אינמיטן הער איך מאוי'מדיגע קולות, איך הייב אויף מיינע אויגן און איך זע ווי א מחנה צולאזטע בחורים קומען אריין מיט א רעש פון די מיטלסטע אריינגאנג (ווי ס'איז אמאל געווען די הויפט אריינגאנג), איך קוק מיט וואונדער, איך ווייס ס'איז פארשפארט דארט, און איך זע ווי דער שטראם פון בחורים שטראמט ארויף, איך רוק מיך צו צו א בחור און איך ווייז אים געב אכטונג, דא איז נישט קיין דרך המלך און מען קען אומפאלן אז מען גייט מיט אזא אימפעט, ער בחור האט מיר געוואלט דורס זיין, הלמאי איך שטער די נקודה פון רבין ז"ל, למעשה איז נישט דורך צופיל מינוט ווען בעיני ראיתי ווי די מציבה פאלט אים.

 

יעצט ווארט מיר אויף די רעאקציע פון די לישקע

 

שעמאניו זאליס

און דיר פרוטבאר מיט דיינע מעשית ויל איך פרעגן, ביסט אפילו געווען ביים ציון היינט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 00:56 לינק ישיר 

ווי איך הער איז  אלעס אדורך בכבוד הראוי, רבינו שליט''א מ''מ אביו הק' זצ''ל איז ארויף צום ציון אויפן דרך
המלך ווי א מלך אין באגלייטונג פון די משמשים בקודש און קרוב צו צוויי טויזענט חסידים,בחורים און יונגעלייט

אלע מצבות זענען געבליבן שטיין געהעריג, די אנוועזענדע אהרונים (ווי וואלן סח וועלכער איז פונקט געווען אונטן ביי א ציון פון א קרוב..........) זענען אויך געבליבן שטיין ווי די מצבות  פאר שאק א לענגערע וויילע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 01:05 לינק ישיר 

העלד
פיר טויזנט איז מער

ברבבותינו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יא יעדער וואס האט צוגעקוקט איז געווען אין שאק וואס די בויעס פון קווינס ווערטשאפטן אן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 01:20 לינק ישיר 

וואס איז דער שאק?? דו גלייבסט נישט דער בלאט אז אלע קווינסער בויעס זענען חיות??

איך מיין אז די ביסט געווען  שאקירט פאר א צווייטער סיבה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידער! זאלי'ס ברעכן אראפ מציבה אין ביה"ח
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext