די ארונים וואס שרייען דין תורה, האבן עפעס זייער מורא פאר דין תורה, די הנהלת הקריה האט שוין געגעבן א ליסט פון עטליכע בתי דינים וואס זענען בתי דינים מופלגים ומפורסמים ביי אלע חרדישע יודען, און מ'האט שוין אפילו איינגעלייגט געלד ביים בית דין אלץ הבטחה אז מיר זענען גרייט מקיים פסק זיין, און נאך צוגעלייגט אז מיר זענען גרייט זיך מתדיין זיין אויף אלע טענות ומענות אפילו אויף די וואס איז נישט געווען אין די ארגינאלע טענות, און אלץ מיט פרישע שפילען קומען זיי נישט אהן, נאר ווילען דווקא אז די בית מדרש זאל זיך איבער דרייען,
ווייל ווי לאנג עס גייט קלעפ קען מען נאך איינרעדען די וועלד אז זיי האבן דעם עולם, איינמאל עס ווערט רואיג, זעט מען איין אז דער ריזיגער עולם איז צובלאזען געווארען צוזאמען מיט די שחיטה מונחת און אלע זיינע פאנטאזיעס,
יא די וועלד זעט שוין זייערע טויזענטער פון ווילאמסבורג, וואס יעדע פון די צענדליגער בתי מדרשים פון די יחידים המשתלטים על הציבור פאקט זיי איין.
און וואס איז געווארען מיט זייער רוב אין לאנדאן? מאנטריאל? אנטווערפען? ירושלים? און בארא פארק? יא איר מעגט גיין כאפען א בליק אויף 53 און אויף 52 אדרבה כאפט א בליק, טרעפט זייער ריזיגער עולם און אונזער עטליכע געציילטע מנינים נאר, (ווי די באקאנטע ענפער זייער "ביסט נישט געווען ביים דאווענען" - איינער האט זיי פארגעהאלטן ווי איז ענקער גרויסער עולם שבת, עטץ שרייט עטץ האט דעם עולם? עס איז דאך ממש א בושה, ווי איז דער עולם? ענפערט עהם יענער, וואס רעסטו? ביסט דאך נישט געווען ביים דאווענען! קום נאר ביים דאווענען וועסטו שוין זעהן, - איך בין דאך געווען פון האלב נאך צעהן ביז נאך עלעוו? נו די האסט געזעהן דאווענען? - טאקע נישט, וואס איז טאקע פשט? דער עולם שמיסט זיך געלאסן, נאר אפאר אלטע ביים פארנט האבן געדאווינט און דער רב האט שפאצירט הין און צוריק.? נו איך האב דאך דיר געזאגט ביסט נישט געווען ביים דאווענען)
אינטערסאנט אז איבער די גאנצע וועלד וואס מ'האט זיך שוין בארואיגט, און עס איז דא צוויי סעטס פון מוסדות און קהלות, איז נאכן צורעכענען אפילו די 45,000 פון אלע רבינס טישען זענען זיי נאך אלץ בטל ומבוטל,
וואס מיינט איר? כולל שומרי החומות וויסט דאס נישט? בית לפליטות ווייסט דאס נישט? די עדה החרדית ווייסט דאס נישט? איר מיינט אז ווייל די וועלד ליינט כל העולם כלו, אז א יוד וויל פארן קיין סקווער גייט ער אויף בארא פארק, אדער אז א יוד וויל א שבת אין סאטמער גייט מען צום טענט? נצח ישראל לא ישקר, כלל ישראל שפירט וואס איז בלאף און ווי איז דער אמת.
ווי זענען די אלע מענטשען, גבאים, משב"ק פון אונזער הייליגער רבי זי"ע און פון ממשיך דרכו דער ברך משה זי"ע, ווי זענען די אלע יודען וואס מיר האבען אויף זיי אייביג ארויף געקיקט?
אויב מיינט איר אז אין קרית יואל אליין איז אנדערש, ווייל זיי האבן נאך אייביג געווינען די וואלען מיט א פאר הונדערט וואטס, האט מען זיך יעצט איבערגעצייגט ביי ברכת החמה אין קרית יואל גופא, יא עמי בבית, וויאזוי ער הא נעבעך אויסזגעזעהן כלפי דעם ריזיגען הייליגען ציבור אויף צוויי פלעצער וואס יעדע איינע פון זיי האט עהם אוועק געלייגט אין א זייט.
נישט קיין ווינדער אז נאך אזא פייערדיגע דרשה אקעגען די לג בעומר הדלקה וואס איז כמעט ערגער פון די פרימע שינוים וואס קאשוי רב זי"ע האט געוואלט איינפירען מיט די שחיטה מונחת, איך מיין מיט ניקור, און חאטשיג די הדלקה איז געווען כמעט יהרג ואל יעבור לויט די דעמאלסדיגע דרשה, דאך מוז מען מען טאקע אליין מאכען אזא הדלקה מיט אזא פראסטע פאמפע דראמפע, פיקוח נפש איז אלעס דוחה,
עכ"פ דארט ווי מען קען אנהאלטען דאס טעראר און שלאגען איז זיכער מצוה מן המובחר, דארט קען מען נאך איינרעדען די וועלד אז מען איז רוב,
איז נאך אזויפיל נפילות האט מען שוין דעם פארטעל, מען שרייט קארט באגץ דין תורה, און מען גייט אין ערגעץ נישט ווייל אוי לי אם קארט ואוי לי אם דין תורה, די איינציגע פארבליבענע עצה איז מען שרייט (חלילה נישט שרייען שבת עטיקע מענטשען דאס פאסט נישט, יעדער האט זיך זיין דעת תורה) בגץ דין תורה יחידים, און טיילט שלעק אזוי ווי מען האט געטיילט אין קראלע, ביז צום זיבעטען ריפ אזוי אז סע זאל זאן א ל--' ח"ו,
און די לעצטע פעסטונג זייערע ווי מען רעד איין דעם עולם אז זיי האבען דעם גאנצען עולם איז טאקע בני ברק, דארט לעבט מען נאך מיט די אלטע דמיונות, און די לעצטע פאר וואכען האט שוין זייער טעראר און באפאלעכצער מיט געשלעגען איבער געגאנגען די מאס, האט די הנהלת הקריה געדינגען גארדס וואס זאלען היטען די רואיגקייט פון וואס די ארוינים ציטערען דערפון אזוי שטארק, זיי זאלען נישט אויזעהן אזוי אויסגעשפילט כמו בכל אתר ואתר,
אין בני ברק איז דעם שבת געווען שיין רוהיג שטיל (טאקע שטיל) זעענדיג ווי קהלתינו הק' האט געדונגען גארדס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן גרייט על כל צרה שלא תבא.
יעצט קומען די געווינער... און מאכן א יום תפילה, און אויך בעטן זיי די פרויען זאלן איינרייסן ביי ליכט צינדן...
נו מען האלט שוין ערגעץ.