שני מאורות הגדלים אין מחנה דברי יואל שב"ק אמור הבעל"ט
יעצט קומט די בשורה המרנינה אז דעם שבת קודש פ' אמור הבעל"ט, וועלן אי"ה וויילן אין מחנה דברי יואל אחים זופניק די צוויי גדולי הדור
כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
כ"ק מרן רבינו שליט"א
ואתם עמם אריבער טויזענט בחורי חמד תלמידי ישיבתינו הקדושות, וועלכע ברענגען אריין דעם סכום פון 360 דאלאר פאר'ן רבי' שליט"אן.
קודם האט געהייסן אז דער רבי שליט"א וועט אי"ה אהיימקומען פון סוואן לעיק צום דינער פון כולל שומרי החומות קומענדיגן דאנערשטאג, און וועט אי"ה פארבלייבן דאהי אויף שב"ק פ' אמור בתוככי וויליאמסבורג המעטירה.
אבער אזוי ווי מ'האט געהערט פון די מקורבים פון גאב"ד ירושלים שליט"א אז דער גאב"ד וויל וויילן אין מחנה דברי יואל אויף שב"ק, האט דער רבי שליט"א מחליט געווען אז לכבודו וועט ער צריקפארן נאכן דינער צוריק אין קעמפ, און פראווען דעם שב"ק מיט'ן גאב"ד שליט"א.
גלייכצייטיג האבן די עסקנים און די חברי הנהלה פון די ישיבה מסדר געווען אז דער היסטארישער שבת קודש וועט זיין א גוטער געלעגנהייט סיי אז די בחורי ישיבתיה"ק זאלן קונה זיין תורה ויר"ש אינדרויסן פון שטאט, און זיין במחיצתם פון די גדולי הדור שליט"א און סיי וועט מען קענען אריינברענגען סכומים הגונים לטובת הישיבה גדולה בוויליאמסבורג.
הרה"ג ר' בנימין צבי מאליק שליט"א רב הצעיר דסאמבור חדב"ן גאב"ד שליט"א, האט איבערגעגעבן אז לויטן פלאן וועט דער גאב"ד שליט"א ארויספארן מיט'ן רבי'ן אינאיינעם.
דער נועם המידות קען פארן מיט די בחורים, נאר אויב טאלי בלומענפעלד וועט צוזאגן אז די תורה פון רז"ל וועט נישט דויערן מער פון צען מינוט !
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 05/05/2009 6:27:57
נשלח ב-5/5/2009 07:02
די גאנצע זאך האט גארנישט צי טיען מיט מאליק
אינטער דעם שטייט זיין איידים אברהם טייטלבוים וואס איז א פראברענטער זאלי
אין איז גרייט אריין ציטראגן דעם ירושלימער רב אין וואסער אריין
אבי די אהרוינים זאלן קראכן.
נשלח ב-5/5/2009 07:35
באקומען אין אישית פין יודא5
אברהם טייטלבוים שווערט זיך אז זיין שווער גייט זיין אין קווינס מיט הגז"ל
ער טוט דאס אלץ נקמה וועגן דעם פלאץ וואס זיין טאטע הרהח"ר ר' משה טייטלבוים ע"ה
האט באקומען אינעם בית החיים.
נשלח ב-5/5/2009 07:44
אויב איז דער שבת אין קווינס קאטעזשעס (נישט ווי פריער געזאגט קווינס קעמפ) א עלי' פאר די נשמה פון זיין טאטן זאל ער אנגיין אלל די וועי...
נשלח ב-5/5/2009 08:34
ר' אברהם די גאנצע יחוס פין דיין טאטען איז אז ער איז געווען אן אייניקעל פין ייטב לב, און פארגעס נישט אז דער ייטב לב איז שילדיג און דעם וואס די רבי זאל זיין געזינט האט נישט געוואלט מסדר קדושין זיין ביי דיין חתונה,
פאר די וואס געדענקען נישט, דער ברך משה האט געזאגט פארען רבי'ן זאל זיין געזינט אזוי ווי דער ייטב לב פסק'נט אז א מנקת טאר נישט חתונה האבען אפי'...., דארף מען פרובירען אלעס אז זיינס אן אייניקעל זאל נישט חתונה האבען מיט א מנקת, און דאן איז ר' אברהם פארשווינדען געווארען פאר א לאנגע צייט פין סאטמער.
און יעצט צום עצם ענין, וואו לאנג דער ירושלים'ע רב הייסט נישט אויפען משפחה נאמען פריעדמאן, גייט מיך באמת נישט אן וואו שטארק ער איז מכבד ר' זלמן....
נשלח ב-5/5/2009 19:34
ר' אברהם חזק ואמץ, איך זעה אז די האסט געטרעטן אויף א האקעלע נערוו ביי די אהרונים, הלמאי כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א שפירט פאר וויכטיג צו וויילן דעם שב"ק במחיצת כ"ק מרן רבינו שליט"א.
נשלח ב-5/5/2009 19:49
ער גייט צו זיין איידעם לעפקאוויץ וועלכער האט א באנגעלאו אין די קאטעדזשעס
נשלח ב-5/5/2009 19:53
די מיינסט הרה"ח הנגיד ר' אליעזר מאיר לעפקאוויטש הי"ו, וואס אגב האט נישט קיין באנגעלא אין די קאטזשעס נאר אין די גלילות.
נשלח ב-5/5/2009 20:02
רבי יונה זאגט אז ס'איז שווה ושקר און ער גייט נישט! ארגינעלער זאגט אז ער גייט נאר צו זיין איידעם'ס באנגעלאו אין די קאטעשטעס... ווייינשטאקל וויל אן עליה פארן נשמה און האקאבו ווייסט צו זאגן פון זיין איידעם טייטעלבוים אז די ארונים קראכן.
אבער נאך ווי זיי קראכן.
איר טאנצט און באבלט הלמאי דער גאב"ד ירושלים שליט"א גייט פארן אויף שבת און וויילן במחיצת אדמו"ר מהרז"ל מ'סאטמאר שליט"א.
לא די וואס ער גייט צום טריפענעם פלאץ "קווינס קעמפ" א מקום ווי א אידיש קינד טאר נישט אריינטרעטן, דאס אליין אז ער גייט שוין אויף יענער פלאץ ברענגט שוין אויף פארביטערטע סיגנאלן, אבער דא אזא בראך?
ווארט נאר אפאר טעג און מ'גיימער דא הערן די אהרונים שעלטן אויפן גאב"ד פי כמה וויפיל מ'הערט היינט אויפן ראב"ד. (ריח"מ)
כה לחי!
נשלח ב-6/5/2009 01:03
כ'פארשטיי נישט פארוואס הרב ווייס שליט"א דער איש השלום זאל זיך גיין חנדל'ן און פיקטשערן מיט הגרז"ל??!!
וואס ברענגט דאס אים??
נשלח ב-6/5/2009 01:37
וואס מינוקת ווען מינוקת..
דער אברהם טייטלבוים שרייט שוין ווי יולדות וואס גייט צים קינד, האט היינט ער געסטראשט אין מאנסי מיט שבועות אין חרמות
מיר וועלן אים לאזן זיך אויס שרייען, אין ער קען טיען וואס ער וויל
אבער אברהם טייטלבוים זאל נישט פארגעסן, די אהרוינים זענען נוקם ונטרים איינס אין דער וועלט
אז ער וויל רעפרענס געב איך אים
ר' מנשה דיין
ר' חיים דוד כ"ץ
ר' משה וואלף זארגער