שארפע דברי מוחאה פון רבינו שליט"א קעגן הולכי לבג"ץ
שארפע דברי מחאה געהערט פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק (מהר"א) מסאטמאר שליט"א לגונן שיטתו הקדושה פון מרן רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.
נעכטן נאכט ביים דינער פון מוסדות ייטב לב, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט קרוב צו א שעה מאריך געווען מיט דברי הספד אויף ידיד נפשו הגאון הגדול מרן רבי מאיר בראנדסדארפער זצוק"ל רב דק"ק תולדות אברהם יצחק וחבר הבד"ץ אין ירושלים, בעל קנה בושם, וואו דער רבי שליט"א האט מיט בכיות ודמעות שליש באוויינט די ביטערע אבידה פאר ירושלים און פאר גאנץ כלל ישראל, "נשים לילות כימים על משים לילות כימים", ציון במר תבכה, די שערים המצויינים בהלכה, וירושלים תתן קולה, יר"א און של"ם, יראת חטאו קודמת לחכמתו, בקדושה וטהרה, וואס דורך דעם זענען זיינע פסקים אנגענומען אין די גאנצע וועלט.
"רבי מאי"ר דייק בשמא, ער האט מאי"ר געווען עיני ישראל ברל קצוי תבל, אלע עניני דמתא פון ירושלים, עירובין, שחיטה, מקואות, גיטין, מילה, ובכל מקצועות התורה, איז אנגעקומען צו אים".
"גדול כים שברינו מי ירפא לנו. קשה היום לישראל כיום בא השמש בצהריים, אזוי פלוצלינג, מ'האט ניטאמאל געהאט צייט אויסצובעטן דעם צדיק וגאון".
"ירושלים האט שוין לאנגע יארן נישט פארלוירן אזא גרויסע אבידה, א אבידה שאין לה תמורה". – האט דער רבי שליט"א זיך צוכליפערט.
נאך א לענגערע שעה דברי הספד ונחמה על אבילת ציון ואבילת ירושלים, האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט דברות קודש לטובת מוסדות יטב לב, און בסוף דבריו אויסגעדריקט שארפע דברי מחאה לגונן על שיטתו הקדושה פון מרן רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע, אין ספרו הקדוש ויואל משה, וואס ווערט ליידער אנגעפירט דורך די רשעי ישראל פון אמעריקא, דורך זייערע משלחים אין ירושלים, די כת וואס וויל מהרס זיין מיט א געוואלדיגן רשעות, מיט אלע אופנים, עד כדי כך מ'האט זיך נישט געשעמט, ביז צו קלאגן אין ציוניסטישן בג"ץ!!
דער רבי שליט"א האט מנהמת לבו הטהור אויסגעשריגן: "ס'איז נישטא א חירוף וגידוף קעגן די תורה הקדושה, מער ווי דאס!"
"דאס איז עוקר דעם גאנצן ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם
"דאס איז עוקר אלעס וואס שטייט אין ספר הק' ויואל משה, מרישא ועד גמירא.
"און אלעס צוליב תאוות השררה און חמדת ממון!!
"ידעתי גם ידעתי, אז מ'קען מטהר זיין השרץ בק"ן טעמים, אבער וויסן זאל מען, די וועלכע גייען צו די בחירות הטמאות, האבן אויך תירוצים, דאך איז קלאר אז אלעס איז בטל ומבוטל!
"די מדינה איז אסור, די מדינה איז טריפה!!!
"בחירות איז אסור, בחירות איז טריפה!!!
"און די ציונית'טישע געריכט איז אסור, די ציונית'טישע געריכט איז טריפה!!!
"וואס מ'זאל נאר נישט זאגן, און וויאזוי מ'זאל נאר נישט דרייען!!!
די ווערטער זענען געווען כמים קרים על נפש עייפה, אראפצונעמען דעם שרעקליכן חרון אף וואס ווערט ליידער נגרם דורך דעם חילול ה' וחילול התורה וואס די עוקרי הדת טוען אפ טאג טעגליך דורך זייערע תביעות אין ציוניסטישן בג"ץ.
 |
|
|