בית פורומים כל העולם כולו

פייערליכע הכנסת ס"ת לז"נ רבינו הק' בעל "ברך משה" זצוק"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2009 20:14 לינק ישיר 
פייערליכע הכנסת ס"ת לז"נ רבינו הק' בעל "ברך משה" זצוק"ל

 
  א מעמד מרומם ונשגב און א שמחה עילאה פון הכנסת ספר תורה וועט פארקומען בעזרת ה' מארגן דינסטאג ג' סיון צום ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר אויף וואלעבאוט סטריט אין ניי וויליאמסבורג.

  די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך די מתפללי ביהמ"ד לשמו ולזכרו אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הק' בעל ברך משה זצוק"ל מרן משה בן מרן חיים צבי זי"ע.

  די ס"ת וועט ארויס גיין פון שטוב פון האברך היקר מו"ה ר' יעקב שטערן הי"ו דער גבאי נאמן און רוח החיים פונעם ביהמ"ד אויף מידעלטאון סטריט קארנער מארסי עוועניו, און וועט געפירט ווערן - בתופים ובמחולות ובריקודין של שמחה דורך די חשובע שותפים לדבר מצוה די מתפללי הביהמ"ד אינטער א שיין באצירטע חופה כנהוג, די קינדערליך ילדי התשב"ר מתפללי הביהמ"ד וועלן האלטן הערליך באצירטע פענדלעך, און די גרעסערע קינדער פייער'דיגע פאקלען לכבוד התורה - לענגאויס מארסי עוועניו אראפ ביז וואלעבאויט סטריט.
 
 ביים ווינקל פון די געסלעך וואלעבאויט אין וואלטען וועט פארקומען א פייערדיגע טאנץ לכבוד התורה דורך די  ילדי תשב"ר מתפללי הביהמ"ד, און פון דארט וועט מען ווייטער גיין ביז צום ביהמ"ד,  ווי די ספר תורה וועט אריינגעפירט ווערן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. און דער רבי שליט"א וועט פראווען די געהויבענע ריקודין לכבוד התורה.

                                     שישו ושמחו בשמחת התורה

                                          זכרו תורת משה עבדי


 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 25/05/2009 20:13:53




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/5/2009 20:19 לינק ישיר 


ווען און ווי קען מען שרייבן אן אות לע"נ ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2009 20:24 לינק ישיר 



  דער סיום כתיבת האותיות איז פארגעקומען נעכטן זינטאג ר"ח סיון ביים רב הביהמ"ד ונכד רבינו הק' בעל ברך משה זצוק"ל הרב מרדכי אהרן מייזליש, ווי א ריזיגער עולם האט שוין געשריבן, אבער ס'איז נאך פארבליבן עטליכע אויתיות וואס מ'קען נאך אריין שרייבן, מארגן אום 6 נאכמיטאג אין שטוב פון ר' יעקב שטערן אויף מידעלטאון סטריט, פון ווי די ס"ת וועט ארויסגעפירט ווערן אום 7 אזייגער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/5/2009 20:25 לינק ישיר 


ווי איז די סעודה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2009 20:26 לינק ישיר 



 

תוקן על ידי האנדא ב- 25/05/2009 20:23:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2009 20:27 לינק ישיר 


ווי איז די סעודה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2009 20:29 לינק ישיר 


תיכף נאך לדוד מזמור וועט פארקומען די סעודה לגומרה של תורה אין זאל פון ראוז קעסיל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/5/2009 20:33 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/5/2009 02:38 לינק ישיר 
לכבוד די הכנסת ספר תורה לע"נ אדמו"ר ה"ברך משה זצ"ל האב איך געפינען אן אלט היסטאריש און גאר באדייטענדע בילד







דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/5/2009 02:39 לינק ישיר 


געוואלדיג, ווי איז דאס???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2009 03:21 לינק ישיר 

אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דאס ביי די הכנסת ספר תורה צום סאטמאר'ן ביהמ"ד אויף סאוט 8 בשנת תשנ"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פייערליכע הכנסת ס"ת לז"נ רבינו הק' בעל "ברך משה" זצוק"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext