|
|
| נשלח ב-1/6/2009 02:26 |
|
| |
בעלז מחנובקא, היתכן
איך האב לעצטענס געטראפן מיט א באקאננטן פון לאנדאן דא אין ניו יארק ביי א שמחה, און בין הדברים האט ער מיר פארציילט עפעס וואס פאדערט א הסבר.
און איך רוף דא צו די בעלז מחנובקא חסידים וועלכע שרייבן דא פון מאל צו מאל, אדרבה, קוקט נאך מיינע תגובות, איך האב גארנישט מיט בעלז ירושלים (ווי איר רופט דאס) איך וויל פשוט פארשטיין היתכן, ווי טיט מען אזא שרעקליכע עוולה.
אין לאנדאן איז דא א חשוב'ער איד, הרב ראטטענבערג, קאסאנע רבי פון לאנדאן, און ער האט געהאט א קליין הויז, א בית מדרש מיט א ישיבה קעגן איבער דע בעלז מחנובקה בית מדרש אין לאנדאן.
לעצטנס צוליב די שווערע עקאנאמי האט ער נישט געקענט געהעריג באצאלן די באנק, און זיי האבן צוגענומען דעם הויז, און ער האט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען מיט זיי עס אפצוקויפן צוריק, דערווייל זענען געגאנגען בעלז מחנובקא און עס אויסגעכאפט פון די באנק, און דער קאסאנע רבי האט יעצט פארלוירן זיין בית מדרש, נישט פאר די באנק נאר פאר חסידישע יודן.
איך פאדער א אויפקלערונג, היתכן, ווי טיט מען אזא רשעות? סתם אזוי וואלט עס געווען זייער מיאוס, ספעשל פאר ענק, וואס זענען געווענליך די נרדפים, דארפן דאך פארשטיין וואס מיינט צו זיין א נרדף, זענט עץ גאר געווארן די רודפים?
איך וויל הערן א הסבר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2009 08:23 |
|
| |
איך בין אויך נישט קיין לאנדענער איך האב אבער געהערט רעדן פין דע נושא א האלבע יאר צוריק ווען די מעשה איז געשעהן. מעשה שהיה כך היה
הרב ראטענבערג שליט"א וואס איז א מקורב ביי בעלזא מחנבקא 99 פין יארן אין דאווענט דארט פין צייט צו צייט אין איך מיין זיינע קינדער לערנען ביי אונזער מוסדות אויך האט ליידער נישט געקענת באצאלען די מארגעטש אין אסאך זענען עס געקומען קוקן ווייל די באנק האט שוין נישט געוואלט וייסען פין קיין מעשיות. די מאזלימס MUSLIM האבן עס געוואלט אפקויפן אין אזוי ווי די ראשי הקהילה האבן געהערט דערפון זענען זיי שנעל געגאנגען אין עס אפגעקויפט,
בעלזא מחנבקא פארמאגט כמעט יענע גאנצע בלאק אין האבן דארט א ישיבה קטנה אין תלמוד תורה מקוה בית המדרש הגדול וואס הרה"ק מבעלזא ז"ל האט נאך געבויעט אין א מצה בעקריי אין די פראכטפולע אולם בעלזא זאלן. אין עס וואלט געווען ביטער ווען די MUSLIMS נעמען עס איבער,
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2009 20:04 |
|
| |
סיגעטער, איך האב גערעט מיט איינעם פון די נאנטע מענטשן פון הרב ראטענבערג און ער זאגט מיר אז ער אליינס, הרב ראטטנבערג האט עס געהאלטן אין מיטן צוריק קויפן פון די באנק, און זיי האבן עם אויסגעכאפט (לויט ווי ער זאגט, איז עס ווייל זיי ווילן נישט נאך א בית מדרש אויף זייער גאס).
אדרבה אויב איז עס אמת אז זיי האבן פשוט געוואלט א טובה טין פארוואס פארקויפן זיי עס נישט צוריק פאר עם.
און סאיז אויך אמת אז ער איז געווען א מקורב ביי ענק. דאס מאכט נאר שווערער די קשיא היתכן אז עץ טיץ אזא זאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2009 22:19 |
|
| |
די מעשה איז אמת, איך קען גוט הרב ראטטענבערג שליט"א, ער איז א זעלטענער טייערער איד, א תלמיד חכם עצום און א גרויסער בעל טובה, איך אליינס האב אמאל געהאט פון אים א טובה, און פרעגט נאר יעדן צווייטן לאנדאנער איד וועט ער אייך וויסן צו זאגן וועגן זיינע גרויסע מעשי צדקה וחסד בגוף, בנפש ובממון.
די מעשה מיט מחנובקה בעלזא האט אים זייער וויי געטון, איך ווייס אז ער האט זיך אפגערעדט דערוועגן, עס האט אים זייער צובראכן, נישט גענוג אז ער האט יעצט פראבלעם פינאנציעל אזוי ווי די גאנצע וועלט היינט, האט מען אים נאך צוגענומען זיין בית המדרש, און נישט גוים נאר אידן.
ער האט אמאל צוטיען געהאט דארט מיט א גויאישן שכן וואס האט אים אויסגעטיילט ביטערע צרות און געריפן אין קארט, אבער צום סוף האט ער געווינען, און יעצט האט ער עס פארלוירן דורך אזא שענדליכן אקט פון אזוי גערופענע היימישע חסידישע אידן.
איך שטעל מיך צו צו גביר, ער איז גערעכט, מענטשן וואס ווערן אליינס גע'רודפ'ט וואלטן געדארפט נאכמער פארשטיין וואס עס מיינט וויי צו טוען יענעם, און דא גייען זיי גאר און טוען אזא זאך, דאס פאדערט אן אויפקלערונג, אדער אז זיי זאלן טאקע טוען אזוי ווי דערסיגעטער שרייבט דא אז זיי האבן נאר געוואלט ראטעווען דעם הויז פון די באנק, אדרבה, יעצט אז עס איז שוין געראטעוועט פארקויפט אים עס צוריק.
איך וויל נאר צולייגן איין קלייניגקייט. שטעלט אייך פאר ווען די באנק נעמט צו א בנין פון מחנובקה און בעלז גייט און קויפט עס אויס פון די באנק אינטער די רוקן פון מחנובקא, אוי וואלטן זיי פארפירט. איז וואס איז ווייל דא ביי ראטטענבערג זענט איר גרעסער מעגט איר שוין טאן אזעלכע עוולות???????
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2009 05:09 |
|
| |
איך האב פאפירען וואס איך קען דא ארויפלייגען וואס וועט קלארער מאככען די גאנצע געשיכטע אין ווער ס'וויל וויסען זאל מוחל זיין אין פרעגען הרב רוטנברג אויב ער איז מסכים מען זאל דא מסביר זיין מיט פאפירען וואס קען נישט געלייקענט ווערן ווי נאר עס איז דא רשות וועל איך בל"נ שרייבען ווייטער! דער הרב רוטנברג איז א שטילע איידעלע איד וואס איז לכאורה נישט מסכים דערפאר גביר אדער געווארט לאטס מיך וויסען!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2009 18:13 |
|
| |
איך וועל פרובירן זיך פארבינדן מיט הרב ראטענבערג, אבער ביז דערווייל דארף מען דאך נאך נישט קיין פאפירן, פארצייל וואס איז דארט געווען די מעשה, און ווי האט איר געהאט רעכט אזאנס צו טיען? אויב הרב ראטענבערג וועט געבן רשות, וועסטו קענען ארויפלייגן פאפירן, אבער דערווייל קענסטו דאך לאזן וויסן וואס איז געווען די מעשה. ווייל לויט ווי איך האב אליינס געהערט, איז ער זייער פארווייטאגט וועגן דעם.
סאו אנשטאט קומען מיט תירוצים אז דו האסט פאפירן נאר די האסט מורא אז הרב ראטענבערג וויל עס נישט מפרסם זיין, (וואס איז זייער מעגליך אז ער וויל נישט, ווער וויל דעם מען זאל מפרסם זיין פאפירן אז ער האט נישט געקענט באצאלן זיין מאגידזש פארן באנק), ענטפער, היתכן איר גייט אויף יענעם'ס בלוט???
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2009 21:32 |
|
| |
באקומען אין אישי
ללא נושא וועגן
די מעשה מיט די שוהל פין רוטנברג אין לונדון, אויב ראטנברג האט געוואלט
ציריק באקומן זיין שוהל נאך פאר בעלזא האט דאס אגקויפט האט ער גדארפט צאלן
דערפאר, יעצט קען ער עס אפקויפן פין בעלזא ביי די זעלבע פרייז אדער אפילו
וויניגער, וייל די גאנצע מטרה פין בעלזא איז געווען אז אראבערס זאלן נישט
קויפן יענע דירה פאר רוטנברג קויפט עס ציריק, מיט אביסל שיכל האסטו דאס
גדארפט פארשטיין אין אנהייב.,
וויל איך ענטפערן, לפי ידיעתי, איך האב געטרייט צו ריטשן הרב ראטטענבערג אין די לעצטע טעג אבער איך האב נישט מצליח געווען. אבער לויט ווי איך ווייס פון פריער, איז מחנובקא נישט גרייט צו פארקויפן דעם הויז צוריק פאר הרב ראטטענבערג.
און ר' בעלזא 2 איך ווארט נאך צו הערן פון דיר וואס דו האסט צו זאגן איבער דעם מעשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2009 07:34 |
|
| |
בקיצור אם ר' משה שמואל מעוניין בבית הוא יכול לקנות את זה בחזרה היום אם יש לו את הכסף, אף אחד לא היה מעוניין ולא רצה לקחת לו את הבית, כל הענין היה שעדיף שישאר בין יהודים מאשר מוסלמים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2009 20:56 |
|
| |
מאכנובקא היתכן פרעגט זיך נאך סך טיפער! איך האב יעצט באקומען א מעסזעש -נאך נישט באשטעטיגט די ווארהייט- אבער דער מעסעזש לויטעט אז 2 מאכנובקא בחורים זענען ארעסטירט געווארן אין תל אביב יעצט נאך וואס די פאליציי האט זיי געכאפט באגראבן א חבר וואס זיי האבן נארוואס געהארגעט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2009 23:00 |
|
| |
InsideNews: Tel Aviv: Police Arrested 2 Bucherim learn in Machnivka Yeshiva who Killed Friend were Cought Trying to Bury him in Area: http://bit.ly/yxoO
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2009 02:28 |
|
| |
יא בעלזא מכנובקה חסידים זענען גנבים ! די בחורים זענען מאסן מערדערס קודם אבי איך הער שוין עס איז דא בחורים א האלבע יאר צוריק האט מען דאס אויך געלייקענט ! אין דער בעלזא מכנובקה רבי איז א גוי -
דער עיקר איז בעלזא מכנובקה זאגען זיי פארמאגט 5 מענטשן. אין יעדען טאג זענען די זעלבע 5 מענטשען אין ירושלים / בני ברק / אלעד /בית שמש / לאנדאן / מאנטשעסטער /אנטווערפן / וויליאמסבורג / בארא פארק / מאנסי .ציקראצען מנין אין שטיבל אין דערנאך מאכן די 5 נאך זיכער אז בעלזא מכנובקה איז איין מאל א וואך אין די נייעס ...
תוקן על ידי איחדמעמבר ב- 05/06/2009 2:27:07
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2009 02:38 |
|
| |
לא קשור לבעלזא מכנובקא
מדובר בבחור תימני. שבבניק. בן להורים חרדיים.
עבד בבעלזא מכנובקא.
החברים היכו אותו, התאונה גמרה אותו.
זה כל הסיפור.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2009 08:45 |
|
| |
דא איז א בילד נעכטן ביי א מסיבה פין הצלה ווי דער בעלז-מחנווקער רבי שתדלט מען זאל ארויסלאזען זיינע בחורים די מערדער

דא האט דער גבאי געענדיגט פארהאנדלען ::: ס'איז געבליבן אז מען גייט קיינמאל נישט מפרסם זיין די נעמען פין די צוויי בחורים פין ישיבה אין זיי נישט ארעסטירן.

|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2009 16:05 |
|
| |
דע מחנופקע חסידים זענען מסכים מען זאל שרייבען אויף זיי דאס ערגסטע, אפי' אז זיי זענען רוצחים, גנבים וכו' דע עיקר מען זאל זיי ריפען מיטן נאמען "בעלז"
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2009 22:33 |
|
| |
וואס דרייסטו א קאפ 911, דעס איז א פייט צווישן די פרייע און פרימע הצלה (אזויווי דא הצלה קעגן EMS), און האט גארנישט מיט מאחנובקא
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|