דער באבובע רבי רב"צ מאכט היינט נאכט חתונה זיין זון מיט עפעס א האראוויץ, איך האב נעכטן נאכט געזען דארט די לייטס אנגעצונדן, און איך הער אז סיז געקומען א סאך געסט צו פארן אויף שבועות און די חתונה, ווער עס האט אינפארמעישן איז מכובד צו ברענגען.
זעט אויס אז די פאליטיק אין באבוב איז פארטיג, צוויי טאג נאך די חתונה און קיינער רעדט אפילו נישט פון דעם. איך האב נישט קיין אנדערע הסבר נאר דאס. דער ספליט איז געווארן סבור וקיבל, און דאס איז עס, עס איז שוין ניטאמאל אינטערעסאנט.
היינט אווענט האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משתתף געווען ביי די שמחת בית צדיקים ביים פריוואטן מסיבת שבע ברכות בבית הרבני הנגיד ר' אברהם אהרן לעיזער הי"ו, רבינו שליט"א איז געקומען מלובש בבגדי שבת אזוי ווי להבחל"ח רבינו בעל ברך משה זי"ע האט זיך געפירט ביי די שמחות בבית ש"ב כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב זי"ע, אויפן פלאץ איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים ומנהגיהם, כ"ק דער באבובער רבי שליט"א וואס האט ווי באוויסט א אויסערגעווענליכע הערצה צום רבי'ן שליט"א האט מכבד געווען דעם געהויבענעם גאסט מיט די אמירת שבע ברכות, דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן געהויבענעם מחותן ש"ב וידידו כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א און דעם חתן און די אנדערע מחותנים.
נשלח ב-3/6/2009 21:28
באקומען
נשלח ב-4/6/2009 16:19
הגה"ק?
נשלח ב-5/6/2009 22:27
נשלח ב-6/6/2009 00:17
אוטששש... ווילסט מיר זאגן אז רב"צ איז א געהעריגע אהרוני? טוה דאס נישט צו מיר...
נשלח ב-6/6/2009 00:56
איך ווייס נישט ווי ווייט ער איז אן אהרויני
אבער איך געדענק ווען בן פראדל האט זיך צי געלעקט אזאש די צינג איז אים שווארץ געווארן.
נשלח ב-6/6/2009 02:06
ווער האט זיך געלעקט צו וועמען? מיר אלע געדענקן נאך ווען רב"ץ פלעגט זיצן שעות על גבי שעות ביי ר' משה נעמען מאראלישע שטיצע ער זאל נישט אונטערברעכן (איין בראך איז אים גענוג געווען וד"ל)
נשלח ב-6/6/2009 02:15
ווער ס'שטייט לעבן בן פראדל כאפט א נערווען אטאקע
1) זיין מאמע
2) אברהם חיים
3) באבווער רב
4) אשר מילך
5) ישראלי לאנדא