בית פורומים כל העולם כולו

שאלה פאר תלמידי וחסידי ברך משה זי"ע...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2009 01:49 לינק ישיר 
שאלה פאר תלמידי וחסידי ברך משה זי"ע...

באקומען אין אישית.

עס איז מיר אינטערגעקומען א סיטואציע, און איך האב געוואלט הערן וואס דער עולם האט צו זאגן.

איך בין נישט אזוי באקאנט, אבער עפעס געדענק איך, אז דער בירך משה איז געווען קעגן דאס אריינטרעטן אין בית יואל, (כ'מיין אז ס'דא א בריוו דערוועגן.) און אין ריווער טערעס, דעם פארגאנגענעם ווינטער, איז מיר אויסגעקומען צו האבן א שמחה, אויף ביידע פלעצער, איך בין נישט געגאנגען, ווייל אז די רבי לאזט נישט, גייט מען נישט.

אויך קומען כסדר פאר סעיל'ס אין בית יואל, ווי איך זאג אן פאר מיין ווייב, אז איך וועל ענדערש צאלן אפאר דאלער טייערער, אבער דארט זאל זי נישט אריינטרעטן.

זעלבסטפארשטענדליך, אז ס'שמעקט נישט פאר מיין קרוב, דער בעל שמחה, כאטשיק ער ווייסט פארוואס, אבער ס'שמעקט עם נישט, ס'טייטש ער מאכט א שמחה, און איך קום נישט.

יעצט איז מיין שאלה אזוי: 

האלט איר אז איך טרייב איבער?

און איך וויל דער עולם זאל ביטע ענטפערן קלאר, אין די פיוטשער, אויב למשל מיין שוואגער מאכט בר מצוה, אדער א שבע ברכות, מעג איך גיין? אדער ניין, איך טאר נישט, אבער מיין ווייב מעג יא, אדער ניין, זי טאר אויך נישט, די רבי לאזט נישט, און פיניש.

און אויב איינער האט א בריוו, אדער א טעיפ ווי די רבי זי"ע רעדט דערפון, וואלט איך זייער עפרישיעטעד אז איר פאוסט עס.

יישר כח למפרע



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 04:08 לינק ישיר 

אויף ריווער טערעס איז שאלה במקומה עומדת, אבער אויפן בית יואל שוהל געהערט דאס דאך שוין נישט פאר בני יואל, עס געהערט דאך שוין פאר אדמו"ר מבלעקבערי און פאר אליעזר קעסטנבוים נאך וואס זיי האבן דאס מוציא געווען דורך ערכאות של עכו"ם פון ר' נחמן בראך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 04:52 לינק ישיר 

א קלארער בריוו פון רביה"ק זי"ע איז דא נאר אויף דעם בית יואל ביהמ"ד, וואו דער רבי האט זיך באנוצט מיט דעם אויסטערליש שארפן אויסדרוק פון "לטותא דרבנן".

כ'ווייס אז מ'קען טרעפן ק"ן טעמים פארוואס דער איסור האט שוין 'עקספייערט'. לדעתי העני' לוינט זיך פארט נישט צו שפילן מיט קיין אפענער "לטותא דרבנן".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 09:50 לינק ישיר 

געגאנגען, אפשר לייגסטו ארויף דעם צעטל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 17:11 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט דיין שאלה
יענע יארן ביי די "לטותא דרבנן" האט נאך דער ברך משה געקאלכט סאו האו קעריס וואס ער האט געזאגט.
אבער ביי סידור קידושין אין קרית יואל דעמאלס איז ער געווען קלאר ווי די טאג .......



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/6/2009 00:20 לינק ישיר 

איבער ריווער טערעס ווייס איך אז די רבי ז"ל האט זיך אויסגעדריקט פאר אסאך מענטשן ווען זיי זענען געגאנגען פרעגן  אויב זיי זאלן גיין און די רבי האט זיי גענטפערט אז ניין, מ'טאר אהין נישט אריינגיין.

פאריאר פאר פורים האבן איינע פון די סאטמאר'א "תורה" ישיבות באשטעלט ריווער טערעס צו מאכן דארט זייער "פורים סעודה" א בחור'ל האט דאס באשטעלט, ווען די הנהלת הישיבה איז דערפון געוואויער געווארן האט מען דאס גלייך געקענסלט כאטש מען האט שאדן געהאט די דיפאזעט וויבאלד די רבי ז"ל האט גע'אסר'ט אהין אריינצוטרעטן.

אז איינער האט א פראבלעם איבער א משפחה שמחה קען ער אריינגיין פרעגן דעם רבין זאל זיין געזינט, זיין הוראה ברויכן מיר היינט פאלגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאלה פאר תלמידי וחסידי ברך משה זי"ע...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext