א רינדנע מעמד פאר איבער 100 עסקנים אין קאלירפולע רבנים
ס'איז געווען גאר עימאצינעלע מאמאנט ווען ר' אליקים האט זיך געשטיקט מיט טרערן איבער די מצב אין טאלידא
ס'איז נישט געווען קיין איין טריקן אויג ביים מעמד.
נשלח ב-8/6/2009 01:12
ר' אליקום האט זיך געשטיקט פון עמאניציאלקייט און ר' אהרן האט ניטאמאל געפונען פאר וויכטיג זיך משתתף צן זיין? אתמהה!
נשלח ב-8/6/2009 01:39
געקומען זענען נאר די רבנים וואס האבן זיך געוואלט אפשאקלען פינעם דעם מושב לצים ומינים
וואס איז פארגעקומען אין דעם מאריאט טאאנץ זאל
נשלח ב-8/6/2009 01:46
הייסט דאס אז די רבנים ווי אבד"ק באבוב, קאלסבורג ווילאמסבורג וכו' זענען ביליגע היפאקריטן, פאריגע וואך זענען זיי געווען אין מאריאט און די וואך ווילן זיי זיך שוין אפשאקלן??? און דער ר' אהרן אליינס דארף זיך נישט אפשאקלן פון דעם עצרת הרבבות???
נשלח ב-8/6/2009 02:17
באלאנד שימף און שעלט.
אלע רבנים און גדולי ישראל האבן איך בויקאטירט !
מיר פארשטייען אייער דעמאראליזאציע
נשלח ב-8/6/2009 02:26
ווי זענען די מיליאנען רבנים וואס האבן בויקאטירט מעריאט? די האסט בס"ה אויסגערעכנט א ליסטע פון 4 וואס ביי יעדען עקסטער קען מען זיך מתווכח זיין, ווי זענען די איבריגע געווען היינט ביים פורים שפיל?
נשלח ב-8/6/2009 02:31
זיי זענען געבליבן אויפן גאס
נשלח ב-8/6/2009 03:52
די אסיפה אז ב''ה דורך מיט א זעלטענע סוקסעס,
צווישן די רבנים זענען געווען איינער וואס זענען געקומען צו ווייזען דערמיט א עפענטליכער אנטשולדיג פאר'ן גיין צו די ביליגע פראטעסט פאריגע וואך, ווי אויך האט הג' אב''ד שערי אורה שליט''א שטארק אראפגעריסן דאס צביאות פין זיי, אויף גאר א איידעלען שפראך,
הג' ראה''כ רבינו חיים עוזר בן הראש ישיבה שליט''א האט א לאנגע צייט אויפגעדעקט שוידעליכע פאקטן וואס דער עולם האט געשלינגן מיט דארשט,
צווישען די עסקנים איז אויך געווען אנגעזעהן הרב יצחק פליישער דער איינציגסטער ארטאדאקסישער מיטגליד אין רעגירונגס קאמיטע פאר בתי חיים איבער די וועלט, אין הרב ישעי' שווארץ יו''ר קהלת יעקב פאפא,
נשלח ב-8/6/2009 03:58
עס זענען דארט געווען אלע פרעמדע רבנים וואס זענען געגאנגען צום פראטעסט, חוץ די פעראל רבנים, און דער בראדער, ווייצנער, שפאטיווקער.
די אסיפה איז נישט געווען קיין פראטעסט און נישט קיין דעמאנטסראציע און נישט קיין ראלי.
ס'איז געווען אן אינערליכע אסיפה אין 141 ראס, מ'האט גערופן נישט מער ווי בערך 100 מענטשן.
מ'האט נישט גערופן אלע רבנים פון די שטאט און נישט גענומען קיין אינטערשריפטן און אפילו דער רבי שליט"א איז נישט געקומען.
רבי אליקים און זיין זון הגאון ר' ישעי' שליט"א האבן אויפגעטרעטן און נאר געציילטע רבנים זענען גערופן געווארן.
און מיטדעם אלעם איז אין 141 ראס געווען א שענערער אויבן-אן ווי אין מאריאט.
ווי געפעלט דיר דאס?
נשלח ב-8/6/2009 08:59
נו וועל איך דיר פרעגן, ווי זענען געווען כ"ק מרנן האדמורי"ם מונקאטש, באבוב, קאסוב, קראלי, כהנים הגדולים אחים כ"ץ שליט"א??? פארוואס האט טאקע ר' אהרן נישט געפונען פאר וויכטיג זיך משתתף צו זיין ביי די אינערליכע אסיפה (זאג מיר נישט אז ער גלייכט דאס נישט, ווייל ער שטעקט אריין די נאז אפילו ווי מען בעט אים נישט), און ווער פונקטליך זענען געווען די "שיינע" רבנים אויף ענקער אויבנאן???
נשלח ב-8/6/2009 09:07
מען האט נישט געריפען קיין רבנים.
עס איז געווען אן אסיפות עסקנים פון די הייליגע ארגאנזאציע אדמת קודש.
געקומען זענען נאר מער ווייניגער רבנים וואס זענען געווען ביי די מושב ליצים אין מעריאט אדער אונטערגעשריבען, האבן זיי געוואלט ווייזן דא אז זיי זענען אומוועלנדיג אריין געפאלען אין מעריאט.