אין די לעצטע פאר יאהר האבן די זאליס צוגעשפארט צוויי הייליגע סאטמארע מוסדות אין א"י אפאר יאר צוריק איינס אין נתני' און יעצט אין בני ברק מוסדות דרבינו יואל לספרדים אלעס פאר פארשטונקענע אינטערעסן פון אני ואפסי
אבער צו שנארן געלט דערפאר האבן זיי נישט אויפגעהערט ר' זלמן לייב פילאף שיקט נאך ארום נאך געלט זיינע שלוחים אפילו די מוסד עקזיסטירט שוין נישט
תוקן על ידי האקאבו ב- 11/06/2009 3:15:56
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 11/06/2009 3:54:32
נשלח ב-11/6/2009 11:02
וואס? ווי? ווען?, שוין ס'דאך ממילא נישטא ווער ס'זאל זאגן פארקערט, איז דאך ממש א שאד נישט צו עפענען אן אשכול דערוועגן...
נשלח ב-11/6/2009 19:47
ביזט זיכער אז דער ספרד'ישער מוסד אין ב''ב איז שוין פארמאכט?
כ'ווייס פאר א פאקט אז די זאליס האבען געהאט א שטארקע אינטערעס ציצישפארען דעם מוסד אין נוצן דעם בנין פאר זייער אויסגעשפילטע אין אראפגעקוקטע קהילה אין בני ברק
ווער עס קען זאל עס ביטע מברר זיין
נשלח ב-11/6/2009 20:46
זיי טוען אן געפערליכע רשעות פאר די ספר'דישע תלמוד תורה אין בני ברק.
זיי ווילן פאר יעדן פרייז אוועקכאפן די בילדינג און ארויסטראסקען די קינדער אויף די גאס.
מ'רעדט דא פון די גרועים שבאומות, מיט די ברייטע ביבער הוט !
ווער האט אזוינס געגלויבט?
נשלח ב-11/6/2009 21:17
די ספרדישע מוסד באלאנגט דאך סייווי פאר די באנק, וויגדער יאקאבאוויטש האט דאס געעפענט מיט די באנקס געלט, און זעהט אויס אז די באנק וויל דאס מער נישט אויסהאלטן...
נשלח ב-11/6/2009 22:37
נו נו, קיין טענות זאלט איר צו מיר נישט האבן ווען איך וועל זאגן די זעלבע אויף די אהרונישע מוסדות וואס שמיצחק ראזענבערג האט מנדב געווען!!!