הערליכער שבע ברכות היינט בייטאג אין בנין מבצר הכוללים קרית יואל
היינט דאנערשטאג נאכמיטאג איז געווען א הערליכע שבע ברכות צוגעשטעלט פאר רבינו שליט"א וחתנו הרב ר' העניך וואס דינט אלס ראש הכולל פתורא דשבתא (איינע פון זיבן אדער אכט כוללים במסגרת מבצר הכוללים)
מען האט געהערט דרשות פונעם מחותן הר"ר העניך, פונעם גאסט הרב דונער שליט"א פון לאנדאן, און פון רבינו שליט"א וואס האט אויך משמיע געווען דברי הדרכה םון אינגעלייט, בתוך הדברים גערעדט איבער סעלפאנס, דערמאנענדיג הגאון רבי מאיר בראנסדארפער זצ"ל וואס האט ווי באקאנט געהאט צוויי סעלפאן'ס צו ענטפערן שאלות, זאגנדיג אז ווער ס'האלט שוין דארט (צו ענטפערן שאלות) קען מען נישט צוריקהאלטן פון האבן א סעלפאן
ווי אויך האט דער רבי מעורר געווען איבער תפלה במתינות ס'איז דא א מנין מיוחד פאר די אברכי הכולל
|
|