| נשלח ב-14/6/2009 17:56 |
|
| |
וויכטיגע רעדע היינט נאכט פון ביבי נתניהו
ווי א המשך צו אבאמא'ס רעדע אין קאירא. ער גייט ארויסלייגן דעם בליק פון מדינת ישראל איבער די טעמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2009 21:16 |
|
| |
וואס המשך ווען המשך, ווער קימערט זיך מיט די דרשה פון ביבין, משטייט שוין א שעה נאך די רעדע און קיין איין סטעישאן דעקט נישט די רעדע, די שוטים רעדין זיך איין אז איינער אינטערסירט זיך אין זיי ווער האט זיי גיפרעגט זיי קענין פארדאמין ביז איבערמארגין, אזויפיהל זענין זיי גוט אז די אלע לענדיר זייער "גוטע" פריינד האבין נאך שטאף אויף מדינת יזרעאל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2009 21:29 |
|
| |
ווער מעלדט נישט די נייעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2009 21:36 |
|
| |
ס'מאכט אויס דארט וואו מ'הערט עס אויס: אין ווייסן הויז.
למעשה האט זיך ביבי ארויסגעשטעלט גענצליך אויף רעכט'ס, וואס איז א פרישער פראסק פאר אבאמא. ער האט טאקע אפיציעל אינדארסירט א פאלעסטינער שטאַט, אבער די איינציגע זאכן וואס ער ערלויבט זיי איז א פאן און א הימנע... ער איז קלאר ארויס קעגן דאס וואס איז דער הויפט קאנפליקט, איבער זייער פארמאגן א אייגענע מיליטער.
אזוי אויך האט ער זיך נישט צוגעשטעלט צו אבאמא'ס פארלאנג אפצושטעלן די בוי-ארבעט אין די התנחלויות, ווי אויך האט ער געזאגט אז ירושלים דארף בלייבן פאראייניגט און הויפט שטאט בלויז פון מדינת ישראל.
ס'איז קלאר אז ס'קומט יעצט אן אפענער קאנפליקט צווישן די צוויי רעגירונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2009 03:19 |
|
| |
ס'איז אומגלויבליך דער מעכטיגער כח פון די איזראעלישע לאבי אין די אמעריקאנער מידיא און פאליטישע קרייזן.
אינדערצייט וואס ביבי האט קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט ערלויבן די פאלעסטינער צו האבן קיין אייגענע מיליטער - וואס איז דער הארץ פונעם קאנפליקט, און מיינט אז די איינציגע זאך וואס ער וועט זיי 'ערלויבן' צו האבן איז א פאן מיט א הימנע געזאנג, ווייל אן אייגענע אויטאנאמיע פארמאגן זיי דאך שוין - אין אנדערע ווערטער: ער האט אפן און גראב אפגעווארפן אבאמא'ס פארלאנג צו אנערקענען דעם קאנצעפט פון "שתי מדינות לשני עמים", האט די איזראעלי לאבי באוויזן צו ספינען זיין נוצן דאס סימבאלישע ווארט "פאלעסטינער מדינה" ווי עפעס א קאנצעסיע פון זיין זייט!
פאקט איז אז כמעט אלע פון די רעכטע קרייזן אין מדינת ישראל, די פון וועמען אבאמא און די גאנצע וועלט האט אזוי מורא, זענען אוועקגעגאנגען אויסערגעווענליך צופרידן פון די רעדע. זיי האבן אליין באצייכנט אז זיי האבן 'אפגעאטעמט' נאכן הערן די רעדע - וואס איז, אגב, געווען אן עקסטערער געלונגענער ספין פון ביבי'ס חברה וועלכע האבן אנגעשראקן במשך פאריגע וואך אז ביבי גייט גענצליך אינדארסירן דעם "צוויי לענדער" קאנצעפט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2009 03:46 |
|
| |
עליגעטאר, דו קוקסט מסתם נאר דראזש, ער איז אביסל סלאו זונטיג, די דרשה איז געווען די העדליינס אין אלע גרויסע נייעס סייטס
|
|
|
|
|