מארגן מאנטאג אין מיטן טאג איז ר' ארי' לייב אראפ געריפן געווארן דורך די אינוועסטיגעשען דעפארמענט פאר אן אויספארשנוג
דער רבוש"ע זאל האלטן די רעכטע האנט אין אלעס זאל דורך גיין בשלום.
מען בטע יעדן איינעם צי זאגן תהילים להלצחה ארי' לייב בן זלאטא.
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 14/06/2009 18:53:31
נשלח ב-14/6/2009 19:14
רשעים כשהן יורדין הן יורדין עד לעפר
נשלח ב-14/6/2009 19:20
בקשו רחמים! ר' ארי' לייב איז א גאלדענער הארץ און א זעלטענער עסקן. לאמיר מתפלל זיין אז די רשעי ישראל פון ק' פאפא זאלן אראפנעמען די שמוציגע לאפעס פון אים, און ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש.
נשלח ב-14/6/2009 19:28
די רשעי ישראל וואס זענען פארשטעלט ביי די זאליונים פאר פאפא מרוב בושה צו מודה זיין אז דאס איז די פרי באושים פון זייער קליקע ארורים הרשעים .
נשלח ב-14/6/2009 19:55
רייסטס איין אז ער זאל ווייטער קענען האבן לעלוס אויפן דאך און ארומפארן מיט זיין שיינע עס. יו. ווי. און באשמוצן ר' משה דוד נידערמאן מיט זיין גרויליכן שליימיגן פיסק.
נשלח ב-14/6/2009 20:13
איינרייסן דארף מען נישט פאר רבי ארי' לייב,
ער וועט בעזר השם זיין אלל-רייט,
אפילו ער פארלירט חלילה זיים פאסטן וועט ער אי''ה
טרעפן א בעסערע פרנסה, "שומר מצוה לא ידע דבר רע"
איינרייסן דארף מען פאר די יאקאבאוויטשלעך און פאר
די שלעזינגערס און פאר די צענדליגע אידישע קינדער
הנתונים בצרה ובשבי', פאר זיי דארף מען איינרייסן,
צו וועם וועלן זיי זיך ווענדן נאך אביסל הילף, ווער וועט זיי אריין
ברענגן אביסל חיות און לעכטיגקייט און זייערע צובראכענע הערצער,
זיי זענען נעבעך די גרעסטע רחמנות, און פאר זיי דארף מען איינרייסן.
נשלח ב-14/6/2009 20:37
ר' ארי' לייב אין תפיסה? הלוואי!!!
דער שגץ און אכזר וואס האט גענומען ר' משה דוד נידערמאן און ארויפגעלייגט בלבולים אין שמיציגע מעשיות אויף איהם נאר כדי צו באקומען אביסעלע פארשטינקענע כבוד פון זיינע אפגעפליקטע ארונימ'לעך.
איך ווייס אז שלום דייטש האט איהם נישט געמסרט, הלוואי וואלט ער איהם ווען יא געמסרט, ר' ארי' לייב האט געגאנבעט שווערע טויזענטער דאללאר פון UTA טויזענטער טאטעס האבן זיך געפלאגט חודש איין חודש אויס צו צאלן שכר לימוד און דער שייגעץ האט זיך אנגעפאקט זיינע טאשן פאר זיינע לעלוס.
וואסערע טויזענטער דאלארן האט ער גע'גנב'עט? פון וועם?
מיש נישט צוזאם איין באבקע מיטן צווייטן. אז ער האט געארבעט ביי די ארונים, ווערט נאכנישט זיינע גוטע מעשים פארלוירן.
אויך דאס וואס ער האט פארפירט ביי די סקוואדראנ'ישע וואלן ווי א קינדערישע משוגענער מעקט בכלל נישט אויס זיינע מעשים טובים וואס אלע ארונים און זאלונים צוגלייך ווייסן פון דעם צו זאגן.
נשלח ב-14/6/2009 21:23
פרוכטבאר, זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער צו רעדן אזוי אויף א אידיש קינד דארף מען האבן א הארץ פון שטיין.
אפגעזען פון וואס איך ווייס אויף הונדערט פראצענט אז די ערשטע שטיק צייט נאך זיין פליען פון יו.טי.עי. האט ער נישט געהאט קיין לחם לאכול, וואס שטימט נישט אינגאנצן מיט די גניבות באשולדיגונג, איז קלאר אז ווען ס'איז געקומען צו העלפן אידן האט ביי אים נישט עקזיסטירט קיין גרעניצן. אנדערש ווי ביי געוויסע אנדערע פאבליק עסקנים (און כ'מיין נישט דעם בארימטן עסקן לשם שמים הרב נידערמאן).
און סיי וואס ס'זאל נישט זיין. ר' משה לייב סאסובער האט נישט אויסגעלייזט קיין צדיקים גמורים פון די תפיסות.
נשלח ב-14/6/2009 22:38
עס איז א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל, ובפרט פאר די אידן וואס שמאכטן אין תפיסות רח"ל.
די שרעקליכע מסירה נוראה וואס די זאליס האבן דא אפגעטאן איז אין לשער.
נשלח ב-15/6/2009 02:20
דער פרוכטבאר איז פין די ריכטיגע פירות הנושרין פין די קווינסער יעשווע.
אנגעזאפצט מיט דברי השכלה פין דעם שחצן אין בעל גאווה נפתלי בלומנפעלד, אין אנגעליינט פין דעם נואף מיילך שטערן אין דער מסלף דברי אלקים מנשה פילעף.
וואס פרוכבאר זאגט, טראכטן אלע זאליס, ס'איז ליידער א קאסטשפילגע פרייז וואס כלל ישראל באצלט פין די למה נגרע'ניקעס.
ס'דערמאנט מיך וואס הרב אברהם מאיר פאגעל שליט"א האט געזאגט ווען מען האט ארום געשיקט דעם למה נגרע קאמפיין, אז דער פסוק הייבט זיך אן מיט " אנחנו טמאים לנפש" .
א ישיבה וואס מען האט אויף געשטעלט פאר תורה לקנטר, דארט ווערט פראדאצירט שנאה מיט האס צי יעדע דבר שבקדושה אין וואס האט ציטיען מיט די תורה.
צי הרב הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ( ער ריפט אים אן אין דער איד די וואך
" דער אלטער ראש הישיבה ")
הגאון רב וואזנער שליט"א
הגאון ר' מאיר בראנסדארפער זי"ע
הגאון ר' מענדל זילבער שליט"א
סקווירא רבי שליט"א
באבווער רבי שליט"א
גארנישט האלט זיי נישט פין אפ גארנישט אין דער וועלט אין זייערע פירערס מיט זייערע פעיראל דיינים טאנצן זיי נאך פאר אלעס אין דער וועלט
דער הייליגער מהרש"א טייטש די גמרא פני הדור כפני הכלב
אז ווען א כלב לויפט פאראויס פינעם בעל בית ,דרייט ער זיך אויס א גאנצן צייט צי זעהן ווי דער בעה"ב איז.
די זעלבע פירט ער אויס וועט זיין מיט מנהיגים אין עוקבתא דמישחא אז דער מנהיג ( דער כלב )
וועט זיך א גאנצן צייט אויסדרייען זעהן צי זיינע בעל בתים זענען מסכים מיט וואס ער טוט.
ליידער די זאליס זייער רשעות אין אומגלויבליך אןי מען קען זיך נישט משער ווי ס'איז נוקב וירד ביי אלע פין זיי, זיי זענען מרי לב, מפקרים, אויב עפעס גייט נישט אין זייער שפאן איז אלעס מותר
ס'איז א שאלה צי ביי זיי גייט נישט די איסור יחוד ווייל זיי זענען עלול צי שפיכות דמים ממש
שלעכטע מענטשן, דערביטערטע לייט.
נשלח ב-15/6/2009 03:23
פרוכטבאר וויאזוי די שרייבסט פארציילט אלעס ווער סשטייט הינטער די גאנצע זאך. מער דארף איך נישט.
א דאנק פארן אויפדעקן ענקער פרצוף פארן נאיווען ציבור וואס קען נישט גלייבען ענקער גרויליגע מעשי רשע.
זאל די וועלט וויסן ווער עטץ זענטס!
נשלח ב-15/6/2009 10:19
ווען משה דוד נידערמאן האט געהאט לעגאלע פראבלעמן האט עטס אויך אזוי געשריבן
נשלח ב-15/6/2009 13:53
מען האט געקענט מיינען אז וואס די וועלט האלט האט א השפעה אויף די כת ה... די וועלט ווייסט שוין לאנג ווער זיי זענען ובראשם זייער מנהיג (במוסרה) און דאך טוען זיי ווייטער זייער מעשה רשע ותעתועים און נאר בזכות זייער שוחד געלט וואס זיי טיילן אויף לינקס און אויף רעכט'ס האבן זיי נאך א ביסל השפעה
נשלח ב-15/6/2009 20:27
איצט 12 אזייגער שטייט ר' ארי' לייב פאר אויספארשערס.