כאאס פארגרעסערט: סטעיט סענאט צעטיילט 31-31
דער כאאס אין אלבאני האט זיך פארגרעסערט. היראם מאנסערעיט, דער דעמאקראטישער דעפעקטירער איז צוריקגעגאנגען אפיציעל צו די דעמאקראטן, נאכדעם וואס סענאטאר סעמפסאן איז באשטימט געווארן אלס דער "קאנפערענץ לידער" (א נייע פאזיציע וואס איז געגרינדעט געווארן צו בארואיגן די סטעיט סענאטארן וועלכע האבן געוואלט אז מאלקאלם סמיט זאל פליען, אריינגערעכנט מאנסערעיט). אבער דער פאררוקטער עספאדא איז געבליבן ביי די רעפובליקאנער.
דאס מיינט אז דער סטעיט סענאט איז יעצט צעטיילט 31-31, און יעצט קומט די גרויסע קשיא ווער ס'איז בעה"ב
די רעפובליקאנער טענה'ן אז וויבאלד ס'איז נישטא קיין רוב דארף מען קוקן ווער ס'איז דאס לעצטע מאל געווען רוב און פאר זיי געבן דעם מאיאריטעט כח, און זיי טענה'ן אז דאס לעצטע מאל וואס איז געווען א רוב איז געווען פאריגע וואך מאטאג ווען מאנסערעיט האט דעפעקטירט און אנגעפאנגען צו שטימען מיט די רעפובליקאנער. אבער די דעמאקראטן טענה'ן אז די וואוט פון לעצטע וואך מאנטאג איז נישט געווען קיין לעגאלע וואוט און דאס לעצטע מאל וואס ס'איז געווען א רוב זענען די דעמאקראטן געווען רוב.
א דזשאדזש האט געבעטן די צוויי זייטן זאלן פרובירן זיך דורכצוקומען אינדרויסן פון קאורט, און דער דזשאדזש האט געגעבן ביז מארגן צופרי 10 אזייגער פאר די צוויי זייטן זיך אויסצוגלייכן.
 |
|
|