ברעקינג! די מוסרים האבען ליידער געזיגט, שר העסקנים רעזיגנירט
יודן בכלל אין די אסירים בפרט געכאפט זענען געווארען אין שאק, הערנדיג איז דער שר העסקנים הרה''ח ר' ארי' לייב גלאנץ האט געמיזט רעזיגנירן פין זיין אמט,
פרטים יבואי
תוקן על ידי rebyankel ב- 16/06/2009 23:38:02
נשלח ב-16/6/2009 23:55
נאכדעם וואס יעדער האט זיך איבערצייגט די לעצטע פאר טאג, ווי די געדינגענע PR קאמפאני האט געטוהן זייער זשאב בשלימות, נישט אויסצילאזען א צייטונג וואס זאל דרוקן די מיסטע שמוץ אין שקרים קעגן דעם אלעמן באקאנטן עוסק בצרכי ציבור ''באמונה'', הרה''ח ר' ארי' לייב גלאנץ הי''ו, פאר זיין ''שרעקליכע פארברעכן ''פין העלפן יודן'' {אפי' זאלי'ס"} אין דורך דעם, לייגענדיג פרעשור אויף ר' ארי' לייב פערזענליך אין אויף די שטאטישע איסטאנצען זיך אויפצופירן ביי דעם קעיס ווי דאס ערגסעט נאך סעפטעמבער 11, האט דער עסקן געמאלדן זיין רעזיגנאציע.........
כלל ישראל, נעמט אויף די נייע מיט שאק, ספעציעל נעמן דאס אויף מיט שווערע ביטערנישט די יודישע ארסטאנטן, וועלכע וועלן קיינמאל נישט פארגעסן וואס דער עסקן האט פאר זיי געטוהן,
עס איז צי באמערקן, א דוגמא ווי ווייט די PR האט געארבייט, אז אין די צייט וואס אין יעדע צייטונג איז היינט די העדליינס וועגן די רעבאפליקאנע געווינס אין סענאט - ווי פארשטענדליך, האט אבער דער שמיציגער נ''י פאסט, געהאט די נייעס פין ר' ארי' לייב אויף די ערשטע העדליין..... (ווי איינער זאגט: ס'אינז געלונגן)
איך וועל אויספירן ווי אין מיין ערשטע תגובה:
ווי יעדער זעהט, האבען די מוסרים ''קיין'' מורא פין שכר ועונש ה''י, אבער ס'וועט קומען א צייט וואס יעדער וועט עס מיזן מודה זיין, אבער דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט....... איר ווייסט ניטש וואס א קרעכטץ פין א ציבראכענע יוד אין תפיסה קען טוהן, והקב''ה ילמדו תועים בינה
לפי ידועתי איז ר' ארי' לייב געווען דער טשיעף טשאפלעין איבער אלע תפיסות אין נ''י, אין האט איבעראל געהאט א פרייע האנט
נשלח ב-17/6/2009 00:51
יעדער איז מסכים און באשטייט אז דער שאדן וואס די מעשה האט געברענגט איז א שרעקליכע. יעצט וועלן אידישע ארעסטאנטן ניטאמאל באקומען דעם מינימום. איך האף אז די אידן וואס זענען געווען אינוואלווד (איך פוינט נישט קיין פינגערס) וועלן תשובה טאן אויף דעם הימל-שרייענדן פארברעכן.
אין די לעצטע טעג האב איך גערעדט צו אפאר עסקנים. אלע פון זיי האבן ממש באוויינט וואס דא האט פאסירט. איינער פון זיי האט מיר געזאגט אז די געשיכטע האט אים צוגעטרעטן צום הארץ ממש ווייל ער ווייסט וואס ארי' לייב האט געטאן און מיט וויפיל הארץ ער האט עס געטאן, און ער קען פשוט נישט גלייבן אז עס זאל קענען געשען אזא זאך אז אזא טייערער מענטש זאל ליידן אזא סוף. איך האב אפילו גערעדט צו זאלונישע עסקנים וואס האבן מיר געזאגט די זעלבע זאך.
איך ווייס אז ארי' לייב איז אן אהרוני און ער האט פרובירט צו העלפן די אהרונים, און ער האט לכבוד דעם זיך געמאכט שונאים אויף די אנדערע זייט. איך גלייב אז ארי' לייב וואלט זיך געדארפט טרייען צו האלטן מער נייטעראל, אבער איין זאך איז זיכער אז די פאנישמענט איז נישט אויפ'ן זעלבן לעוועל ווי דעם קריים. ער און אחב"י הנתונים בצרה ובשבי' באצאלן צו א טייערן פרייז פאר'ן פאקט אז ארי' לייב איז אן אהרוני.
נשלח ב-17/6/2009 01:07
שרעקליך.
נאך א רינגעלע צו די שרעקליכע מסירה קייט פון די זאליס.
א שוידער!
נשלח ב-17/6/2009 01:18
SatmarLive: U/D Reb Arye Leib did the move after long meeting with CK Rabbiny Shlita who advised him to do so.
נשלח ב-17/6/2009 01:23
איינער שיקט מיר אין אישית: פין ווי נעמסטו אז די זאלוינים זענען די האבען געהאט א יד אין די פרשה,
פרעג איך אים: האסט געליינט מיין לעצטע תגובה? איך דערמאן דארט א ווארט אז די זאליס האבען עס געטוהן
ענטפערט ער מיר: יא, די זאגסט אז די ''מוסרים'' האבען עס געטוהן, (גענוג קלאר געשריבן!!)
נשלח ב-17/6/2009 01:46
(גענומען פון "אידישע וועלט")
דער קאמישענער אויף קארעקשאן האט אנגעריפן מיטאג צייט ר' ארי לייב - מיט וועמען ער איז זייער באפריינדעט - אז ער זאל אראפקומען צו אום אין אפיס,
ר' ארי לייב האט געשפירט וואס דאס מיינט און אויפן עצה פון אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר איז ער געגאנגען צו זיין לויער קודם אפשרייבן א רעזיגנאציע בריוו.
עס איז באמת א ווייטאג צו זעהן אזא טייערער עסקן מוז גיין פון זיין פאזיציע אין וואס ער האט זיך איבערגעגעבען פאר אידישע קינדער הנתונים בצרה ובשביה מיט זיין גאנצען לייב און לעבען, די רבוש"ע וועט אים זיכער באצאלען פאר אלעס וואס ער האט געטאן און וואס ער האט געפלאנט ווייטער צו טאן, מחשבה טובה הקב"ה מצרפם למעשה.
אבער עס איז גאר ווייטאגליך צוצוקוקען ווי אומפאראנטווארטליכע מענטשען פראבירען אויסצוניצען די מעשה צו באשולדיגען דערמיט די אנדערע פארטיי אז כאילו זיי שטייען אינטער דעם, וואס אויסער דעם אז ווען מען לאזט ארויס אזא פאלשע רומער נעמט עס אוועק די חשק פון אנדערע עסקנים צו טאן טובות פאר אנדערע אידן, איז אויך זיכער אז א נארמאלע מענטש טראכט נישט אז איינע פון די זאלי עסקנים זאלען האבען געהאט א חלק אין דעם, יעדער פארשטייט אז די אידען אין תפיסה האבען געהאט א גרויסע טובת הנאה פון אים און קיינער האט נישט געזוכט צו מאכען שווערער פאר די אידן.
עס פעלט נישט ליידער קיין גוי'שע צרי עין אינעם קארעקשאן סיסטעם וואס ווען זיי זעהן א חרדישער איד אנקומען אין אזא הויכע פאזיציע טוען זיי אים נישט פארגינען און וועלען טאן אלעס אים אונטערצוברענגען, אזוי ווי קיינער באשולדיגט נישט די נ.י. פאסט אין זיין זאלי געשטימט, און דאך האבען זיי זיך מחי' געווען דערמיט און זיי לויפן די מעשה יעדן איינציגען טאג זייט פאריגען דאנערשטאג.
נשלח ב-17/6/2009 19:55
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, אינעם נ.י. טיימס פון פרייטאג זאגען זיי אז די אויפדעקונג פונעם סקאנדאל קומט פון אפישעלס אינעם דיפארטמענט אף קארעקשאנס, ווי יעדער פראבירט איבערצושטייגען דעם אנדערען נאכדעם ווי דער הויפט קאמישענער האט געמאלדען אז ער ריזיינט קומענדיגען חודש.
Several officials suggested that the disclosures stemmed from a complex web of power struggles within the department, as senior officials sought to maneuver after an announcement by Commissioner Martin F. Horn that he was leaving the agency.
''Supposedly, I hear rumors that some of the Zallies were talking against him,'' said Isaac Weinberger, an Aaron supporter, using a nickname for Zalman Teitelbaum. ''They couldn't take that he became so powerful on our side, and they wanted to get rid of him.''