ממש אין די מינוטין איז נתפרסם געווארען די פרייליכע ידיעה אז די אלע עצמות הקדושות פון טולידו זענען ב"ה צוריק נקבר געווארען אין דעם זעלבען ביה"ח אין טולידו דארך די וועד להצלת בתי עלמין באירופה בשיתוף מיט אדמת קודש, די לווי' גייט שוין אהן אפאר שעה אין שפיטץ פון נשיא הוועד מרן הגאון הגדול ר' אליקים שלעזינגער שליט"א מיט הרה"ג ר' מאיר צוויבעל שליט"א אין די חשובע עסקנים פון וועד להצלת בתי עלמין באירופה וואס געפונען זיך שוין אין שפאניע פן פארגאנגענעם דאנערשטיג!!
ווער עס פילט זיך נאך וויכטיג מוטצוהאלטען דעם גרויסארטיגען עצרת פון דעם עוכר ישראל מיילך שטערן זאל ביטע מיטנעמען א מאסק אויפן פנים כדי מען זאל נישט זעהן די בושה פון די פנימער. ליידער האט מען דעם פארגאנגענעם דאנערשטיג געהערט אז די מנוול און מסור משה דוד נידערמאן האט נאך פארבירט צו שטערן ביז די לעצטע מינוט, ער וועט יעצט מוזן זוכען א נייע אדרעס מוט א תירוץ ארויס צו נעמען די קווינס בחורים אויף א גרויסארטיגע אויספלוג, יעצט קענען זיי זיך זעצען ריכטיג אויף די ערד באוויינען זייער אייגענע דורכפאל.
נשלח ב-21/6/2009 16:23
יעצט זאגט מען דארט תהילים ובקשת מחילה און אין אפאר מינוט גייט די ראש ישיבה שליט"א רעדן דברי התעוררות.....
נשלח ב-21/6/2009 18:00
מען קען דאס שוין מיטהאלטן אויף קול סאטמאר 7183056942
BREAKING: Tora Won again!!
B"h Hisgares Buiemes Protest didn't help the Mosrim, All Bones of Kedoysha Toledo-Spain were buried back 2day BMamed hisoirreres Admas Kodesh.
At a Hisragshusdige Maamad of more the 50 People Broishom R'Elyukim Schlesinger and R'Meir Zwiebel the Atzumas Kedoisha Toledo were put back in the same place they were dug out.
Big CHILEL HASHEM!! At the Levaya in Toledo, Spain the Spanish Culture Minister said in his speech that " if not for the threats and Phony calls and letters that was done by Mr. Niederman and Mr. Stern from America this levaya would have been more then 6 weeks ago (we have it on Tapes)!!!!
נשלח ב-22/6/2009 04:39
שרעקליך.
נישט צום גלויבען די רעשעים נידערמאן און שטערן האבן געטאן כל פעולות שבעולם אז מען זאל נישט קענען באגראבען די עצמות פון די הייליגע קדושים.
אלעס פאר נקמה, און ער זאל קענען מאכן נאך געלט.
שוידערליך.
נשלח ב-22/6/2009 07:11
אן ארוני האט היינט געפרעגט א זאלי, צי עס וועט נאך פארקומען דער פראטעסט, הלמאי, די קדושים שוין נקבר כהלכה.
ענטפערט יענער, שוטה איינער, מאכט דען איינער דעם פראטעסט איבער די קבורה פון די קדושי טולעדיא????
זיי גייען נאך ארום נאך געלט פאר די הייליגע מערכה פון מאריאט-שפאניא, זיי דארפען מאכען נאך א גרויסארטיגע עצרת ביים שפאנישע קאנסאלאט ווייל מען גראבט שוין אין גאנץ שפאניא, איי וועט יעדער פרעגען מען האט דאס שוין קובר געוועהן צוריק אויפן פלאטץ (און נישט אין מאדריד ווי זיי האבען געוואלט ביים צענטן מיינוגנס טויש)? נאר עס זעהט זעך אויס אז אלעס איז נאר אויבען אויף אבער דא רעדט מען פון די נקודה הפנימית........
אגב, ווער עס גייט צו די עצרת פון מיילעך שטערן זאל מיט נעמען אסאך סענדוויטשעס ווייל מען גייט אגב שוין צופאהרען צום פוילישען קאנסאלאט (מוחה זיין אויף הרב שודריך וואס לעבט זיך גוט מיט די וועד להצלת בתי עלמין באירופה) און צום ליטווישען קאנסאלאט (מוחה זיין אויף נאך א גרויסארטיגע הסכם און הצלחה פון וועד להצלת בתי עלמין באירופה) מכלומר'שט מוחה זיין אויף חילול קברים.....
נשלח ב-22/6/2009 12:42
דער אמת איז אז אפילו די אלע עצמות פון טולידו זענען ב"ה באגראבען געווארען כדת וכדין אבער עס איז בכלל נישט משנה, מען מוז מוחה זיין אויף די שפאנישע אינקוויזיציה און אויף די אלע חטאים פון הגאון ר' אליקים שלעזי נגער שליט"א מוט כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א פאר די גרויסע חטאים פון רעדן מענטשליך צו די שפאנישע אינסטאנצען! מען דארף זיי רודפ'ן עד חורמה ווייל דאס איז די נקודה הפנימית......
אגב די אלע מליונען ואלפי אלפים ורבי רבבות וואס ווילען מיטגיין אויף די גרויסארטיגע עצרת מחילה וישיבה על הקרקע וקבלת אבילות ביים שפאנישער עמבעסי היינט, זאל ביטע מיטנעמען אסאך סענדוויטשעס ווייל די באס וועט אויך צופאהרען צום פוילישען ראנסולאט (וויילל שודריך איז אויך א שייגעץ ווייל ער איז גוט מיט ר' אליקים'ען...) און צו די ליטווישע קאנסולאט (ווייל זיי האבען אויך געמאכט א הסכם צו היטען ווילנא מוט הגאון האדיר ר' אליקים שליט"א) און ווער ווייסט ווי נאך עס וועט מיילעך שטערן איינפאלען...
נשלח ב-22/6/2009 18:36
באקומען אין אימעיל [email protected] פון די היינטיגע "דבר יום ביומו"
ס'איז נישטא ווער עס זאל לאכן
נשלח ב-22/6/2009 19:20
די נייעס ארום די וועלט איבער די לוויה'ס פון די קדושי טאלעדא.
נאדער די נייעס אין פארשידענע נייעס אגענטורן איבער די וועלט אנבלאנגט די ענגדילטיגע באגראבינגען פון די קדושי טאלעדא אנגעפירט דורך וועד רבני אירופה אינאיינעם מיט וועד הרבנים אדמת קודש בארה"ב.
ROME (JTA) -- The bones of about 100 people exhumed from a medieval Jewish cemetery in Spain during construction work were reburied.
A spokesman for the Conference of European Rabbis said the reburial took place during a ceremony Sunday in Toledo attended by local Jewish leaders and regional authorities. The bones were reinterred in their original graves.
The reburial was the result of "protracted negotiations" that concluded last week, said the spokesman, who praised the "solidarity and cooperation" of the Spanish government and local Jewish federation for achieving a "remarkable and historic" solution that was "within the boundaries of halachah."
Earlier this year the Spanish government halted construction on the site following protests, including demonstrations by Orthodox Jews outside Spanish embassies in other countries. The site was being developed for the expansion of a school that already occupies part of the cemetery land.
Local authorities in Toledo had offered to hand over the bones for reburial at another site, but the local Jewish federation, supported by the Conference of European Rabbis and the Committee for the Preservation of Jewish Cemeteries in Europe, demanded that the bones be returned to their original resting place.
Philip Carmel, the executive director of the Jewish cemetery preservation organization Lo Tishkach, said that construction on the school will continue, but building will only take place around the cemetery and the area will be marked as an ancient Jewish cemetery.
בילדער: הגאון האדיר ר' אליקום שלעזינגער אויסארבייטענדיג די לעצטע פרטים
נאך בילדער ווי הגאון ראש ישיבה הרמה שליט"א איז פארנומען מיט באאמטע פון שפאניע איבער די צוגרייטונגען צו באגראבין די קדושים.
נאך איינס.
דאס בילד פונעם ביה"ח, נאכן גראבן.
עס בלייבט נאר איבער אז די "וועד רבני אתרא קדישא" (נישטא ווער ס'זאל לאכן..) זאלן דערגיין אויב עס איז טאקע אמת אז מ'האט באגראבן די קדושים, און אויב זיי וועלן זיך דערוויסן אז ס'איז אמת און וואר, וועלן זיי טראץ דעם ווייטער אנגיין מיט זייערע מערכות, פראטעסטן, פיקעטינג, און קול קורא'ס צוליב די אנדערע פילצאליגע אנגייענדע פראבלעמען... כמבואר ב'דבר יום ביומו דלעיל.
נשלח ב-22/6/2009 20:57
ב''ה מ'האט באגראבען אלע סקעלעטן כדת תורתינו הק', מ'האט יעדן אריינגעלייגט אין א טלית אין געמאכט פאר יעדן א באזינדערע קבר (איינס פין שטערן'ס שקרים איז געווען אז וועד להצלת וויל זיי אריינלייגען אין א מאסען קבר, זיי ווייסען פין????), אין ביי א גאר ערנסטער מעמד, מיט די באטיילונגען פין צענדליגע יודן וואס האט זיך גענדיגט מיטן מפייס זיין די קדושים, אין די תפילה פין ר''ח פלאגי ז''ל
ווי קאמיש האט ''נידערמאן'' געמאלדן היינט אינדערפרי, אז קודם כל ס'שקר הג''ר ר''מ צוויבל איז קיינמאל נישט דארט געווען........ אין מ'האט נאר באערדיגט עטליכע עצמות אין רוב ליגן נאך ביי ''ארעלאגען''........
אלעס מ'זאל קענען מאכען די שמיציגע פראטעסטן, אין ארויסשלעפן די כולל יונגעלייט אינעם הייליגען מאנהעטן......
ווי איך הער איז געווען נעכטן היבשע געשלעגן ביי די זאליס, ווייל די מער ערנסטע האבען גע'טענה'ט אז נאך אלעם האט מען שוין באגראבען, אין פארוואס זאל מען ווי לוזער'ס מאכען די ראלי, אבער די הייליגע שטערן'ס האבען זיך נישט געלאזט!
זאל יעדער זעהן מיט וואס פאר א ביליגע מענטשן מ'האט צוטהון!!!
די זאך איז אז זיי דארפן "געלט" פון זייערע פארטיי במילא מיזן זיי פאר אלע פרייזן אנהאלטן די השמצות און רשעות קעגן רבני ישראל אן קיין שום תורה אוטאריטי
יעצט זעהט מען דאס ליצנות פון זיייער אייגענעם ציבור און זייער פלאן פון די ערשטע מינוט אז אפילו די אומות העולם וועלן נאכגעבן די אידן וועלן זיי כסדר אנהאלטן מיט די "התגרות באומות"
זיי פארפעלן נישט און קיין שום צעטיל צו שרייבן אז שפאניע האט געמאכט אן אינקוויזיציע 500 יאר צוריק און עס האט נישט קיין שום רב'ס פסק אז דאס איז אויסגעהאלטן
דאס ארויסגיין און די גאס און שרייען "מיר פראטעסטן" אקעגן א לאנד איז נאך קיינמאל פריער נישט געווען אפילו ביי האמבורג ווי די פרומע רבנים האבן נישט געוואלט אנטיילנעמען, די פאר אינגעלעך פון UJO מאכן אפ וואס עס דארף געטוהן ווערן און דער לעבאוויטש פון דבר יום האט מפקיר געווען זיין צייטונג פאר UJO