הערליכע ספעקטאל ביי לי ווילסאן דעם שבת
א זיסער ספעקטאל האט זיך אפגעשפילט פאר פילע ציקוקער דעם שבת קודש ביי לי קאר ווילסאן
ווי באקאנט האבען די זאליס געמאכט א קאמפיין ביי זייער יוגענט אין היץ קעפ פין אלע יארגענג צו שרייען שבת אויף איינם וואס טראגט מיט עירוב אין וומ''ס, קיין אויסנמאם נישט אפשוינען זאל עס זיי אנשים נשים וטף, ווי העכער מ'שרייט אלץ גרעסער איז די....... זאל עס זיין שבת נאכמיטאג ווען פרידליכע איינוואינער לייגען זיך צו צום שינה בשבת אדער שבת ציפרי ווען פרויען אין קינדער שלאפען נאך אדער פרייטוג צו נאכטס ווען אסאך שלאפען שוין, אלעס מיט א שטעקן ''שבת קודש'', די לאזנוגען איז נישט דווקא שבת קודש, עס קען זיין אויף אלטע יוד, ''מחלליה מות יומת'' אד''ג, {ווי באקאנט איז ביי זיי נישט דא קיין מאנגעל אין קללות, אין חוצפה, - ווער עס וואינט נישט אין וומ''ס זאל פרעגן סיי וועם פין זיינע באקאנטע ווי די אימערצויגענע נערים המונערים פירן זיך אויף} אלעס וועגן........ סאטמערע רבי האט געזאגט אז פינקט ווי מ'שרייט נישט אויף די וויזשניץ - מאנסי חסידים {וואס זענען באמת פורשים מן הציבור} פאר'ן טוען א מלאכה ווען גאנץ וומ''ס אין ב''פ וכו' האלטען נאך שבת ווייל זיי פארלאזען זיך אויף זייער רבי'ן די זעלבע זאך איז דא, (אזוי אויך איז די דעת פין יעדן נארמאלען רב כידוע) ''אין מ'זאל נישט שרייען''
למעשה ווי יעדער זעהט די שרייער ווערן טאקע וועכענטליך ווייינגער אין ווייניגער אבער די וואס שרייען נאך יא ווערט מיעסער אין ווילדער.
צום ענין: די וואך שב''ק בערך 12:30 האט זיך א זאליס גענומען שרייען אויף א עלטערע חסיד מחסידי פאפא מיטן גאנצען צביעות ''שבת טאר מען נישט טראגען'' אבער יענער האט זיך נישט פארלוירן אין אנגעהויבן ציריקשרייען ''מ'טאר נישט גיין אין בג''ץ'', איך דארף ענק נישט זאגען וואס פאר א אנלויפעניש ס'איז געווארען, אין דער זאלי האט נישט געוואלט אויפגעבן אין די געשריי האט אנגעהאלטען עטליכע מיניט, ביז א זאלי איז ציגעגאנגען צו דעם אנדערען זאלי אין אים פארשיקט לעניני כל הקהל
קאמענטארען זענען איבריג
חסידי פאפא / וויזשניץ / קלויזענבורג / בעלזא / באיאן / וכי' מעמו ילמדו וכן יעשו, ווען א זאלי אטאקירט אייך
 |
|
|