| נשלח ב-22/6/2009 09:06 |
|
| |
ווער איז געגאנגען צןם בג''ץ?
די ארונים האבן אין די לעצטע פאר יאר געווידמעט הונדערטער בלעטער פון זייער פאשקעוויל צייטונג דער בלאט'ע צו פארשפרייטן דעם שקר אז די זאליס זענען געגאנגן אין בג''ץ.
דער איד האט די וואך צושמעטערט די ארונים'ס שקרים מיט א דריטל פעידזש, יא דעטס אלל! א דריטל פעיזש! מיטן אריינשליידערן דעם אמת אין פנים!
זיי האבן אריינגעלייגט א פאטא קאפי פון דריי אנקלאגעס אינעם בג''ץ און אויף די קלאגעס זעהט מען קלאר ווער עס איז דער אנקלעגער...
משה חיים ווייס!!!
די ארונים זענען געכאפט געווארן אין גרויס שאק! זיי האבן קיינמאל נישט געטראכט אז מ'קען פשוט אפיר ברענגן די דאקומענטן...
לויט וואו מ'האט געשמועסט אין סיגוט'ער מקוה איז דא צוויי צדדים וואס צוטוהן.
דייטש דער בלאט פרעזידענט זאדט אז מ'זאל זיך נישט וויסענדיג מאכן דערפון און מער נישט שרייבן דערוועגן און דער עולם וועט פארגעסן.
שמיאל ווידער טענה'ט אז מ'זאל אויפקלערן דעם עולם אז ס'איז נישט קיין מסירה ס'איז נאר א TRO אזוי ווי אין וויליאמסבורג.
וועל מיר זעהן אין די נעקסטע וואכעדיגע בלאט ווער עס וועט אויספירן....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 14:29 |
|
| |
די גמרא זאגט כל מילתא דעבידא לאגלויי לא משקרי בה אינשי אבער אז מען איז נישט קיין אינשי נאר פשוט'ע היפאקריט'ן וחיתו יער איז מען משקר אפי' מילתא דעבידא לאגלויי
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 17:56 |
|
| |
הרב וואזנער איז שוין 95 יאר. ער וועפט.
זיין בית דין, וועפט אויף.
הרב קרליץ, ער איז דאך נישט קיין היימישער. ממילא מיינט ער אז די זאליס ווילן נישט גיין.
זיין בית דין, זענען דאך אויפן פעיראלל.
הרב לאנדא איז דא א ליבאוויטשער.
זיין בית דין זענען דאך מלחכי פינכא און האבן אין סענז סטריט נישט געלערנט.
הגאב"ד ר' יצחק טובי', ווער פרעגט אים?
ס'איז דא איינער וואס ווייסט דעם אמת.
דאס איז משה בן פראדעל וועלכער פירט זיין סאטמאר גוט גוט אין די קרעקע.
הודו לה' כי טוב אז מיר זענען פטור געווארן פון דעם מצורע,
הודו לה' כי טוב אז מהרז"ל האט אים געכאפט !
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/06/2009 18:09:40
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 18:01 |
|
| |
פרוכטבאר, זיי נישט קיין אייזל,
דאס ביסטו מודה אז פאר די לעצטע צענדליגע
יאר איז רבי משה חיים געווען דער מנהל,
ווען ער איז נישט נאכגעטאנצן מיט די זאלונים
זענען די זאלונים געגאנגן אין בית משפט הציוני
בלי רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה
און מעקל געווען ער זאל נישט קענען בויען,
אויף דעם איז רבי משה חיים געגאנגען אפיעל'ן
דעם עיקול, און דארט איז ער דער תובע,
אויפן ערשטן קעיס און אזוי ווייטער אויף אלע דאקאמענטן
איז רבי משה חיים דער נתבע, סא, CUT THE CRAP,
געדענקס אין חדר ווען דער רבי האט געפרעגט משה'עלע פארוואס
האסטו געגעבן א פראסק פאר זלמן'ען, ענטפערט משה'עלע
"ווייל ער האט מיר צוריק געגעבן"...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 18:08 |
|
| |
| יענקעלע11 כתב: |  | פרוכטבאר, זיי נישט קיין אייזל,
דאס ביסטו מודה אז פאר די לעצטע צענדליגע
יאר איז רבי משה חיים געווען דער מנהל,
ווען ער איז נישט נאכגעטאנצן מיט די זאלונים
זענען די זאלונים געגאנגן אין בית משפט הציוני
בלי רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה
און מעקל געווען ער זאל נישט קענען בויען,
אויף דעם איז רבי משה חיים געגאנגען אפיעל'ן
דעם עיקול, און דארט איז ער דער תובע,
אויפן ערשטן קעיס און אזוי ווייטער אויף אלע דאקאמענטן
איז רבי משה חיים דער נתבע, סא, CUT THE CRAP,
געדענקס אין חדר ווען דער רבי האט געפרעגט משה'עלע פארוואס
האסטו געגעבן א פראסק פאר זלמן'ען, ענטפערט משה'עלע
"ווייל ער האט מיר צוריק געגעבן"... |
|
וויאזוי שרייבט ארגינעלער און ר' יונה:
משה חיים ווייס איז געגאנגן אין בגץ, פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 18:21 |
|
| |
"אל תהיו כסוס ופערד אין הבין"
איך שרייב דאך אויך אז רבי משה חיים איז געגאנגען
אין בג''ץ, אבער ווער האט גערופן וועמען, הא?
אויב איז רבי משה חיים דער תובע קען ער דאך
סטאפן דעם גאנצן קארט און ווייטער זיין בעל הבית,
דער תובע איז דאך בארעכטיגט צוריק צוציען פון זיינע תביעות,
אבער דער אמת איז אז דו און איך און יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז
רבי משה חיים איז דער נתבע און די זאליס האבן עהם גערופן
אין בית משפט הציוני בלי שום היתר בית דין, און דעריבער
זענען אלע רבנים ארויס אקעגן ענק.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 18:24 |
|
| |
די ארונים זענען אריין אין בג"ץ... הא הא
די ארונים ווילן נישט גיין צו דין תורה אין בארא פארק (זאלונים געווינען) הא הא
די ארונים רופן זאליס אין קאורט איבער בית החיים. הא הא
א גוטן פורים.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 19:07 |
|
| |
אויף די קלאגעס שטייט בפירוש אז משה חיים ווייס איז דער אנקלעגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 19:10 |
|
| |
נישט נאר משה חיים, אויך הר' אהרן טייטלבוים איז געווען אונטערגעשריבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 19:18 |
|
| |
אזאנע פערדן ידע אינגעלע פארשטייט אז ווען מען גייט אפילען, דארף דער וואס האט פארלוירען ריפען דעם צווייטען צד אין קארט.
דאס זעלבע איז דא אויך געווען די זאליס זענען אריין אינעם ציוניסטישען בג"ץ, און געקלאגט די הייליגע מוסדת, און זיי האבן געמאכט אן עיקול אינעם אינטערשטען געריכט, האט ר' משה חיים וויס דאס געדארפט אפילען, די אפיל צעטיל האבן די זאליס אריין געלייגט אין דער איד, און טאנצען ארום זעט איר ווער גייט אין קארט ר' משה חיים ווייס....
ממש ווי 3 יעריגע קינדער.
און זיי מיינען אז דער דער גאנצער עולם זענען יוסעלע גולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 19:40 |
|
| |
ליינטס און זעהט ווער עס איז דער הולך לבג''ץ הציוני!!!

|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 19:42 |
|
| |
רבי יונה, ממש ווי אין די בארא פארקע קעיס,
מענדל שוויממער קומט און שרייט אפן אין קארט
"איך וויל נישט גיין צו דין תורה, זאל די קארט פסקענען"
קומט די שופטת און שרייבט קלאר, אז עס איז קלאר אז
מענדל שוויממער האט "נישט" געוואלט גיין צו דין תורה מיט
רבי אהרן וועלץ, און רבי אהרן וועלץ פארלאנגט יא צו גיין צו דין תורה,
און זי האט אנגענומען די טענה פון רבי אהרן וועלץ וסייעתו
און געפסקעט אז מען דארף גיין צו דין תורה און האט ארויס געוארפן די
טענה פון מענדל שוויממער אז דער קארט זאל פסקענען,
קומען די קורץ קעפיקע זאלונים און שרייען "מיר האבן געווינען"
"ענדליך וועט שוין אהרן וועלץ דארפן גיין צו דין תורה"
און זייערע קעלבליך זאגן דאס נאך מיט אזא תמימות
און זייערע קארפן קעפ לאכן זיך אינטער פון זייערע נארישע קעלבלעך,
רבי יונה, ס'איז אשאד צו טענה'ען מיט די פערדן,
טייל ווייסן דעם אמת, און די איבעריגע זענען אזוי פארשטאפט
אז זיי קענען נישט פארשטיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 19:54 |
|
| |
כא... כא... כא...
הוא אשר דברתי, די זאלונים שאצן אינטער דעם איטעליגענץ
פון אונזערע ליינערס, דא קומט א לויער און שרייבט פארן געריכט,
אז דאס וואס די זאלונים האבן אריין געגעבן פארן געריכט איבער
די אויפגעזאגעכטץ פונעם מנהל רבי משה חיים איז געטוהן געווארן
שלא כדין, זיי זענען נישט בעלי בתים און האבן נישט קיין שום רעכט
אויף צו זאגן דעם מנהל, קומט דער שוטה פרוכטבאר און האפט
אז מיר וועלן נישט פארשטיין וואס דא שטייט, ער מיינט אז מיר קענען
נאר ליינען רויטע ווערטער אבער כאטש וואס איז אינטער געצייכענט
מיט רויט, און שרייט הויעך מסירה, מוסרים, יא, יענער פרובירט מיך
צו באגאנבענען און איך שריי גנב נעמט זיך יענער שרייען מסור,
כך דרכם של של הגנבים הזאלונים, זיי מעגן שלאגן, גנבענען, גיין אין קארט,
און ווען מען שטעלט זיך אקעגן אבער מען פרובירט זיך צו פארטיידיגן
איז מען ביי זיי א מסור,
נו, גיי טענה מיט היפאקריטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 20:01 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2009 20:37 |
|
| |
די געלעכטער אין שטאט
עס איז געווען א געשמאק זיך אינטערצוהאלטן די וואך פינעם געשמאקען ארטיקעל אין דער איד, אז די אנגעקלאגטע אין ציוניסטישען בג''ץ זענעך גאר די ''קלעגער''........, מענשטן האבען זיך נישט געשקענט אויפהערן צו ווינדערען וויאזוי דער איד מאכט פורים פין זיינע קעלבלעך, אבער קיין סאך האט נישט אויסגעפעלט אין די קעלבלעך זאגען שוין נאך ווארט ביי ווארט פינעם זיסן געבעקס אין מ'זאגט נאך די שקרים פינעם יוד מיטן לשון, נעבעך!
דאס איז געקומען נאכדעם וואס לעצטענס האט די אימווערדיגע שריט פין רופן אין ציוניסישען בג'''ץ אן קיין געהריגע היתר אין אן שיקען פין פארדעם קיין שום הזמנה לדי''ת, אין אפי' נאכע'ן רופן אין בג''ץ דרייען זיי זיך ארויס פין קומען צו די''ת, אין נאכדעם וואס די פוסקי דורינו האבען אינאיינעם אינטערגעשריבן א שארפע בריוו קעגן די הולכים לבג''ץ
וואס דאס האט ב''ה גאר שטארק אפגעקלונגען אין די וועלט, אין זיי דרייען זיך ארום באגאסען, ווען יעדער שרייט זיי נאך מיטן ניגון בג''ץ, האבען די שקרנים געזעהן אז ס'איז צרות האבען זיי אנגהויבן צו פיטערן זייערע קעלבעך מיט זיסע שקרים,
אגב, אין די זעלבע טאג האט גראדע תלמידי רבינו קאמפעני ארום געשיקט א אימעיל, ווי זיי ווייזען אויף אז ''הליכה לבג''ץ איז נישט יהרג ואל יעבור''........ {נאר גיין צו די''ת איז יה' ועל יעב'} סוי, וויל איך זיי פרעגן, ענק זענען אריין אין בג''ץ אדער נישט?
ווי קאמיש האב איך געפרעגט דעם שבת פין א זאלי'ס: די סאטמערע זיצן דאך אין די בנינים פארוואס זאלען זיי קלאגען איינעם (ער האט מיך גענטעפרט בערך מיטן זעלבן ניגון ווי אין ב''פ - אויב ווייזט איר נישט אין ב''פ זענען זיי אויך נישט אריין אין קארט נאר די הנהלת המוסדות, וועגן........... ווארטס נאך אויף א הסבר אין דער איד)
איך סקען דא אריין די קאפי פינעם איד, זאל זיך דער עולם אינטערהאלטן,,
 |
|
|
|
|
|