אוי מי יתן לנו תמורתו!
ער איז דאך געווען אזא טייערע איד, אייביג מיט א שמייכעל אויפן פנים, ער האט אייביג מקיים געווען "הווי מקבל את כל האדם בספר פנים יפות" מיט א הידור,
ווען מען הערט אזעלכע שוידערליכע טראגעדיעס אז אינגע מענטשען פעקלען זיך אפ, עס גיט א שאקל אויף די מענטש, רבותי! לאמיר זיך עפעס מקבל זיין א גוטע קבלה, לאמיר זיך אינטערנעמען צי גריסן אידעם איינעם מיט א שמייכל, זאגן א גוט ווארט, א גוט ווארט שאט קיינמאל נישט!
לאמיר האפען און בעטען צים בורא כל העולמים אז דאס זאל זיין די לעצטע קרבן לשם און מען זאל שוין זוכה זיין צי מקבל זיין משיח צדקינו בקרוב ממש!
|
|