קען איינער ביטע מסביר זיין פון וואס דא רעדט זיך?
ווי איך פארשטיי איז דאס א פריוואטער מחלוקה פון אהרן שלמה און פסיה רוזמאן - וואס האט נישט מיט די סאטמאר'ער מחלוקה - איבער די טענה ווער עס איז די מנהל און די באורד פון שיכון קרית יואל, און עס רעדט זיך איבער זייער פריוואטער דירה.
מעגליך אז דאס איז גאר א אינטערגעשטעלטער שפיצל פון די וואלערשטיין/ גליק גרופע וויאזוי צו קריגן אזא פסק נישט דורך די סאטמאר'ע קעיס, אן די פרעשור פון די גאנצע וועלט און אלע רבניים און דיינים. אדער קען זיין אז נישט, מעגליך ס'איז שוין א אלטע קעיס. איך ווייס נישט.
אזוי צו אזוי האט וואלערשטיין געווינען דא, די שאלה איז נאר וויזוי זיי קענען עס יעצט דיפאזעטען. ברויכן זיי גיין עקסטער אין בג"ץ צו ארויפצווינגען זייער פסק אויך אויף די אנדערע פלעצער (לייען: סאטמאר) ווי זיי ווילן?
און אויב גייט דאס ר' משה חיים ווייס אפעלירן, הייסט ער א מסור? ווי "דער איד" האט געשריבן צוויי וואכן צוריק.
קען איינער ביטע קאנפערמירן וואס דא איז פארגעקומען?
|
|