| נשלח ב-8/7/2009 23:44 |
|
| |
ברעקונג: ט"ו באב דין תורה בארא פארק
לעצטע וואך האט בי"ד באשטעטיגט און געמאלדן ביידע צדדים אז די זמן פונעם ערשטן זיצונג פון די דין תורה איבערן סיכסוך במוסדתינו אין בארא פארק, גייט זיין קומענדיגען חמשה עשר באב.
בי"ד האט אויך געזאגט פאר די זאליס, אז עס איז נישט קיין חילוק צו זיי גייען יא אנקומען צו נישט, פאנגען זיי אן די דין תורה, און טאמער זיי קומען נישט פארלירען זיי זייערע רעכטן און בי"ד וועט פסק'נען אן הערן זייערע טענות.
בי"ד האט געמאלדן דעם דאטום נאך לאנגע וואכן וואס די זאליס פרובירען מיט אלע לגיונות, שלעפעריי, שמוץ, וכו', טאן אלעס אויף די וועלט אז די דין תורה זאל נישט צושטאנד קומען, די קאפ טוט מיר וויי פון אזוי פיל זאכן וואס זיי האבן פארלאנגט, יעדן טאג מיט נייע זאכן, אבער בי"ד האט זיי געזאגט אז זיי קענען גארנישט פארלאנגען זיי האלטן שוין נאכן אונטער שרייבן שטרי בירורין, ממילא דארפן זיי זיך שטעלן צו דין תורה אן קיין שום תנאים שבעולם.
דאס איז טייל פון די זאכן וואס די זאליס האבן פארלאנגט:
פאר מען הייבט אן מיז מען קודם צוריק שטעלן מענדל שווימער אין די מוסדת, און ר' חיים דוד כ"ץ און די הנהלה רוחניות.
אהרן וועלץ זאל אונטער שרייבען אז ער וועט נעמען אהרונים זאליס מלמדים צוגלייך, און אז ער וועט נישט ארויסווארפן קיין שום קינד אדער מלמד, אויך אז ער וועט אנעמען אינעם מוסד יעדעס קינד וואס שרייבט זיך איין.
מען מעג נאר רעדן פון בארא פארק.
מען טאר נישט רעדן פון רבנות ווער עס איז רבי.
ר' זלמן גראס טאר נישט זיין די בורר, ר' מרדכי באבד זאל זאגן צו ער איז א קנאי, און וועט ער פארט אויף א"י צו ער גייט נישט צום כותל.
עס זאל זיין א בי"ד של חמש.
מען זאל פסק'נען א פשרה.
די מוסד זאל באצאלען די דין תורה פאר ביידע צדדים.
משה גבאי דארף געבן רשות, ר' זלמן לייב דארף נאך אויך מסכים זיין.
אזוי נאך א לאנגע ליסט פון דא ביז קאנארסי.
אבער בי"ד האט געזאגט גארנישט 0, שטעלן זיך צו דין תורה!
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 09/07/2009 0:03:26
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 09/07/2009 0:31:09
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 00:16 |
|
| |
ר' יונה:
האסט פארגעסען א פאר זאכען
דער פסק דין דארף זיין לויטען גוטהייסינג פונעם ב''ד הגדול היושבים בקיעפ סטריט
דער פסק דין דארף אויך האבן ברכות קדשו פונעם גרויסען רבי'ן וואס האט די זכיה צו דרימלען און דער הייליגער בעט פון מרן בעל ברך משה זי''ע
דער פסק דין דארף אויך שטימען מיט סטראטעגיע פון בן פראדעל
דער פסק דין דארף אויך האבן דער געשמאק פונעם שטעפיווקער
דער פסק דין דארף אויך ווערן אויסגעארבייט אויפן הייליגען בלעקבערי פון יעקב בערעלע
דער פסק דין דארף אויך שטימען מיט די אמביציעס פון הרב שניאור קליין
ועל כולם דער פסק דין מיז אויך זיין וואו פאלגעד:
חיים דוד כ''ץ דער געוועזענער דיין דארף זיין די מנהיג רוחני פון דער מוסד
מענדל שווימער וועט זיין די אפיציעלע הנהלה אבער אומאפעציעל, בעסער געזאגט אונטער די קוליסען וועט די הנהלה זיין שניאור קליין
ר' אהרן וועלץ וועט מיזען איבערגעבן זיין פאזיציע פאר הר''ר החסיד המפורסם כש''ת יעקב בערקאוויטש הי''ו
דאס אלעס איז נישט סתם אזוי! פאר ניצחון ח''ו אדער אנדערע סיבות, נא, דאס אלעס איז נאר זיכער צו מאכען אז דער מוסד ווערט געפירט אויפן גרעסטען מאס יושר, און קארעקטקייט וואס קען נאר זיין,
טאמער ב''ד וועט זיך מחייב זיין אויסצופאלגען די אלע רעגעלאציעס, דאן אלי ואלי וועלן זיי זיך שטעלן צו ד''ת
ימים ידבירו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 00:28 |
|
| |
מיין מיינוג איז אז די זאליס וועלן נישט קומען צו דין תורה.
נאר זיי וועלן עס איצט אפילען, און אלע זאליס דא וועלן טוישן די ווערסיע אז וועגן דעם האבן די זאליס עס אפילט, ווייל מרדכי באבד איז א ציוני, ער קען נישט תהלוכת הקהלה און נאך א זאק מיט תירוצים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 00:33 |
|
| |
יונה
פין ווי נעמסטו דאס,
לויט וויפיל איך ווייס האבען זיי נאכנישט קיין היתר ''צו גיין צו די''ת'',
אויב יא, ביטע סקען עס אריין
|
|
|
|
|