בית פורומים כל העולם כולו

מאנסי: איינער טוט שוין יא שינדט מען אים די הויט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/7/2009 10:05 לינק ישיר 
מאנסי: איינער טוט שוין יא שינדט מען אים די הויט

אין א דערנעבנדן אשכול האב איך אראפגעריסן א ניק דא ביי אונז וועלכער איז אלעמאל פארנומען מיטן קאמפלעינען אויף אזעלכע קלייניגקייטן ווי בלעקאוטס און פאטהאלס אין קרית יואל. דאס בלוט איז מיר אין קאפ געקומען ווייל אין מאנסי עסט דער עולם שטיינער א גאנץ יאר און מען פירט דעם ציבור אידן ביי די נאז, און קיינער קאמפלעינט נישט ווען ס'איז דא בלעקאוט אדער א פאטהאל ווייל דאס איז שוין א קלייניגקייט.

עס איז נישטא אין מאנסי קיין שום ארגאניזאציע צו העלפן דעם ציבור מיט פראגראמען וכדומה, אויב עמיצער האט א פראבלעם מיט די גאווערמענט איז ער אין ערנסטע צרות. קיינער וועט אים נישט העלפן.

אבער לאמיך יעצט דא רעדן פון אן אנדערן נושא וואס איז יעצט אויפ'ן סדר היום, און דאס איז דער סקול דיסטריקט.

פאר צענדליגער יארן האט דער ראמאפא סקול דיסטריקט געהעכערט דעם בודזשעט אויף א יערליכן פארנעם ואין פוצה פה ומצפצף. אויב האט עמיצער געוואלט פארפירן און קאמפיינען אז מען זאל וואוטן קעגן דעם בודזשעט דאן זענען די סקול באורד מעמבערס, מאדערנע און פרייע אידן געלאפן צו די רבנים און פארפירט אז מען מאכט א חילול השם, און אידן אין גלות דארפן פשוט און גראד אקצעפטירן דעם גזירת המס, אפילו ווען מען שינדט זיי די הויט און מען טאר זיך נישט קעגנשטעלן. און די רבנים האבן זיי געגעבן רעכט.

וליתר שאת האט דער סקול באורד צוגעווארפן א ביינדל פאר די מוסדות, אפאר טויזנט דאלאר דא און דארט, אז זיי זאלן הייסן פאר זייערע קעלבער ארויסצוגיין שטימען פאר'ן העכערן בודזשעט און פאר די סקול באורד מעמבערס וואס העכערן דעם בודזשעט, און אזוי זענען מאנסיער אידן יאר איין יאר אויס ארויסגעשיקט געווארן ווי שאף צו די שחיטה און געפירט דערצו אז אין ראמאפא צאלט מען כמעט די העכסטע שטייערן אין ניו יארק סטעיט, טראצדעם וואס די סקול אויסגאבן פון ראמאפא וואלטן גאר געדארפט פאלן ווייל די צאל סטודענטן פאלן יעדן יאר, בשעת די צאל סטודענטן אין פרייוועט סקולס (ליין מוסדות התורה) וואקסן.

אבער דער באלאן האט געפלאצט און דער ציבור האט אנערקענט אז מען לאזט זיך פירן פון אפאר מענטשן וואס האבן זיך דערקלערט בעלי בתים אויפ'ן ציבור (אוודאי, זיי אליינס צאלן דאך נישט קיין טעקס, ווייל זייערע הייזער זענען אויף קאנגרעגעישאנס) און מיט אפאר יאר צוריק האט מען אנגעפאנגען אריינצורוקן אינעם סקול באורד היימישע אידן, וועלכע פארטרעטן די אינטערעסן פונעם היימישן ציבור. די אידן ארבעטן שווער צו לאוערן די טעקסעס פונעם ציבור און זיי האבן שוין אויפגטאן געוואלדיגע זאכן.

דאס האט זייער נישט געשמעקט פאר די פרייע און מאדערנע אידן און אויך פאר געוויסע פון די זעלבסט-געקרוינטע היימישע פירער אין שטאט וועלכע האבן געהאלטן בשיטה אז חסידישע אידן טארן נישט דינען אויפ'ן סקול באורד, נאר דווקא די פרייע און מאדערנע אידן וועלכע שינדן די הויט פונעם ציבור, און די לעצטע פאר וואכן קומען פאר שטורמישע אסיפות פון די זעלבסט-געקרוינטע פירער פון מאנסי קעגן די סקול באורד פירער, און זיי טיילן אויס צרות פאר די סקול באורד מיטגלידער, ווייל זיי האבן מורא אז די סקול באורד מעמבערס וועלן ווערן צו באליבט ביים ציבור און ח"ו שטעלן אין געפאר זייערע פאזיציעס. יעצט פארלאנגען די דאזיגע זעלבסט-געקרוינטע פירער נישט מער און נישט ווייניגער נאר אז טייל פון די סקול באורד מעמבערס זאלן רעזיגנירן און מאכן פלאץ פאר די מאדערנע אידן און גוים. הי' לא תהי'.

עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן אז די היימישע פירער זענען גאר די וואס טיילן אויס צרות פאר די סקול באורד פירער וועלכע זענען יושר'דיג ערוויילט געווארן מיט אן אויסערגעווענליכן אחדות דורך דעם גאנצן מאנסיער אידנטום, בשעת די דאזיגע פירער זענען קיינמאל נישט געשטאנען פאר קיין עלעקשאנס, און פארט דערקלערן זיי זיך בעלי בתים פון מאנסי.

אזוי האלט דער מצב אין מאנסי. אויב איז שוין דא איינער וואס טוט עפעס פאר'ן ציבור ווערט ער אראפגעריסן און געפייניגט דורך די מענטשן וועלכע וואלטן געדארפט העלפן דעם ציבור, און נישט פארקערט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2009 20:58 לינק ישיר 

זיסקייט, איך גלייב אז די ווייסט און קענסט שרייבן מער דעטאלן אז דער עולם זאל וויסן מער פונקטליכע פון וועם און וואס דא רעדט זיך.

זיי אביסל מרחיב בדיבור - לייען: פרטים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2009 21:13 לינק ישיר 

Agree מיט לעבעדיגער...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מאנסי: איינער טוט שוין יא שינדט מען אים די הויט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext