אינעם דערנעביגן פורום אחים אנחנו, האט א שרייב'ל "פארמעגליך" זיך צולאזט די פענע מיט פאלשע היסטאריע אין סאטמאר. (וואס וועט בקרוב ווערן ברייט און קראנט אפגעענטפערט מנה אחת אפיים, מיט פאקטן ארום ר' מנשה דיין, רמ"מ טירנויער, ר"א לייטנער, זייער שינוי דעת תורה יעדן שני וחמישי, דעת רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע, ועל כולם דער אלעמען באליבטער ר' זלמניו. ס'לוינט צו ווארטן)
אינעם אשכול "הערות אויפן ארטיקל פון פארמעגליך" איז מיט א שעה צוריק ארויף א לענגערע תגובה פונעם ניק "פארשטיי", בנוגע דאס פארשיקן יודל וויינשטאק פון רבינ'ס שטוב מיט עטליכע יאר צוריק.
דא איז געשען עפעס אומגלויבליך.
דער ניק "פארשטיי" האט געשריבן בזה הלשון בנוגע יודל וויינשטאק:
ער איז געפלויגען, ווייל ער האט איבערגעגבן פאר בן פראדעל מיט לעזער, יעדע איינציגע דעטאל וואס האט זיך געטאן און די שטוב פון רבינו שליט''א, איז נישט געווען קיין ברירה וואו אים צו שיקען צו ר' זלמניו אויף משלוח מנות,
חוץ פון דעם! האט ער אויך פארמאגט פארשידענע נישט אזעלעכע איידעלע מענארען, וואס האט נישט געברענגט קיין גרויס כבוד פאר רבינו שליט''א. (עס איז דא א גירסה אז אן אנדערער איז אויך געפלויגען פון די שטוב פון רבינו שליט''א, צוליב די דאזיגע סיבה).
בלויז איין מינוט שפעטער ווי די תגובה איז ארויף, איז "די צווייטע האלב פונעם פאראגראף" געווארן אויסגעמעקט דורכ'ן מנהל.
איך האב נאך עספיעט דאס אראפצונעמען אין די איינע מינוט.
אכן נודע הדבר.
צענדליגער נעמען ווערן טעגליך דערמאנט, אויך אין דעם איינעם תגובה, יודל עפשטיין, גרוש רובינשטיין, א.א.וו. און בלויז איין נאמען בדרך רמז האט אים ארויסגענומען פון די הויט!!!!!!
ווער קען ביטע העלפן מיט אינפארמאציע:
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 16/07/2009 6:47:01