בית פורומים כל העולם כולו

קאנגרעסמאן האלל וויל הערן דעם עולם אויף העלט קעיר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/7/2009 23:19 לינק ישיר 
קאנגרעסמאן האלל וויל הערן דעם עולם אויף העלט קעיר

http://johnhall.house.gov/



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 21:25 לינק ישיר 

איך האב געשריבן פאר דזשאן האל אז איך וויל בשום אופן נישט קיין גאווערמענט ראנד העלט קעיר סיסטעם. איך בין צופרידן מיט די יעצטיגע העלט קעיר סיסטעם, וואס סערווט אזוי גוט דעם היימישן ציבור, און וואו זעט מען דאס נאך אזוי גוט ווי אין קרית יואל, א ווילעדזש וואס איז אין זיין דיסטריקט?

68 פראצענט קרית יואל'ער זענען "אפיציעל" ארעם (http://tinyurl.com/KJpoorest), און באקומען דעריבער אינשורענס פון א פריוואטע קאמפאני וואס הייסט "מעדיקעיד" (דאס איז ח"ו נישט קיין גאווערמענט ראנד העלט קעיר...) וואס שטעלט דאך צו אזעלכע בא'טעמ'טע סערוויס אז ס'איז א נחת.

דער עולם איז העכסט צופרידן פון די יעצטיגע סיסטעם. מיר ווילן בשום אופן נישט קיין גאווערמענט ראנד העלט קעיר...

און די אמעריקאנער וואס קאמפלעינען אז זיי פארדינען צו סאך צו קענען באקומען אינשורענס פון די פריוואטע קאמפאני וואס הייסט "מעדיקעיד". וואס בין איך שולדיג אז עטס זענטס נישט אזוי געריבן ווי אונזער עולם?

אבער ח"ו אז די גאווערמענט זאל צושטעלן העלט קעיר. מען האט שוין געזען אין פלעצער וואו די גאווערמענט האט געגעבן העלט קעיר וואס דארט האט פאסירט. טויזנטער מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן. ב"ה אז אין קרית יואל ווערט די העלט קעיר סיסטעם געראנט דורך פריוואטע קאמפאניס.

(זארגט נישט, איך האב עס נישט געשריבן פאר דזשאן האל. איך האב עס נאר אזוי געטראכט צו מיר.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קאנגרעסמאן האלל וויל הערן דעם עולם אויף העלט קעיר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext