| נשלח ב-25/7/2009 02:59 |
|
| |
האט טימאטי מעקוועי געהאט א גערעכטע פאינט?
איך קען עס אליין נישט גלייבן, אבער זייט דאנערשטאג נאכמיטאג, ווען ס'איז פעסטגעשטעלט געווארן "וועם" די גאווערמענט האט ארעסטירט און "פארוואס" איז מיין קאפ פול מיט ראדיקאלע מחשבות. איך טראכט צו מיר אז אפשר האט טימאטי מעקוועי געהאט א פאינט ביי די אקלעאהאמא אטאקע אין 1996.
נישט ח"ו אז איך שטיץ טעראריזם אדער וועלכע סארט ווייאלענס קעגן די רעגירונג און אוודאי און אוודאי נישט ווען ס'רעדט זיך פון רציחה אויף אומשולדיגע מענטשן, איך בין אוודאי און אוודאי קעגן די אקלעהאמא טעראר אטאקע. איך רעד נאר פון די פוינט וואס טימאטי מעקוועי האט פרובירט ארויסצוברענגען מיט זיין אטאקע, איבער די קריוודעס פון די אמעריקאנער רעגירונג קעגן די באפעלקערונג. פאר לאנגע יארן האבן אלע געלאכט פון דעם טימאטי מעקוועי און זיינע ראדיקאלע טענות, אבער יעצט פאנג איך אן צו טראכטן אז מעקוועי'ס טענות זענען נישט געווען אזוי ראדיקאל.
ווי יעדער געדענקט איז מעקוועי אנגערייצט געווארן נאך די הימל-שרייענדע מיליטערישע קאמאנדא אקציע וואס די גאווערמענט האט דורכגעפירט קעגן די צודרייטע משפחה פון רענדי וויווער, אין רובי רידזש, איידעהא. שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז ס'איז געווען נישט מער ווי אפאר איבערגעהיצטע אגענטן וועלכע האבן געזוכט צו באקומען פובליסיטי און זיי האבן אנגעדרייט די גאנצע אקציע, פונקט אזוי ווי די יעצטיגע אקציע אין ניו דזשוירזי און אין ברוקלין, וואס איז אנגעדרייט געווארן דורך פובליסיטי הונגעריגע אגענטן.
רובי רידזש איז נישט געווען דאס ערשטע מאל און די יעצטיגע אקציע איז נישט דאס לעצטע מאל וואס די רעגירונג פארלייגט זיך אויף אזויפיל (כמעט) אומשולדיגע מענטשן און מען באהאנדלט זיי ווי זיי וואלטן געווען אסאמא בין לאדין אליין.
די גרעסטע וויץ איז נאך אז די רעגירונג האט גענוצט א 'קרימינאל, א פארברעכער, עמיצער וועלכער האט וויי געטאן מענטשן און גע'גנב'עט 380 מיליאן דאלאר, אריינצונארן אין א פאסטקע אזויפיל מענטשן - מענטשן וועלכע האבן קיינעם נישט געטשעפעט, אדרבא עס זענען פאראן עטליכע צווישן זיי וואס האבן זיך שטארק איבערגעגעבן פאר אנדערע מענטשן - דורך ממש אריינשטופן געלט אין זייערע הענט. ווער פון אונז קען זאגן מיט א זיכערהייט אז ווען דער מסור ימ"ש וזכרו וואס האט גע'מסר'ט זיין אייגענעם רב, וואלט געקומען צו אים און אים אנגעטראגן א ריזיגע סכום קעש, אז ער וואלט עס צוריקגעוויזן.
און נאך צוויי דריי יאר פון נאכלויפן מענטשן און זיי ממש צווינגען צו טאן נישטיגע פארברעכנס האט די רעגירונג נישט געקענט טרעפן באווייזן אויף מער פון 3 מיליאן דאלאר.
וואספארא ביטערע וויץ.
עס איז געווארן שפעט, אלזא, איך וועל נאכפאלגן נאך שבת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2009 06:29 |
|
| |
א גוטע וואך, לאמיך צוריקגיין וואו איך האב זיך אפגעשטעלט.
די רעגירונג האט באפרייט א פארברעכער וואס האט גע'גנב'עט הונדערטער מיליאנען דאלארן פון צענדליגער מענטשן, א באגאבונט, א מעידאף, און פארוואס? פאר איין סיבה, ווייל דער פארשוין, דער מסור, איז נאר איין איד, און זיי האבן געוואלט אריינכאפן צענדליגער אידן, אפילו ווען די אלע צענדליגער אידן זענען באגאנגען א נישטיגן פארברעכן.
שוין צען יאר וואס די רעגירונג פרובירט זיך אריינצובאקומען אינעווייניג אין די היימישע גמ"ח'ן און מוסדות, אבער אן ערפאלג. אלזא, מיט דריי יאר צוריק, ווען זיי האבן געכאפט דעם דוועק האבן זיי געמאכט א דיעל מיט אים, זיי גייען אים ארויסלאזן פריי אן קיין שום שטראף פאר זיינע געפערליכע פארברעכנס מיט'ן באדינג אז ער דעליווערט פאר זיי די אידישע רבנים, מוסדות און גמ"ח'ן וואס געבן זיך שוין אפ צענדליגער יארן מיט'ן בארגן געלט פאר אידן אין נויט און מיט'ן שיקן צדקה קיין ארץ ישראל.
און דער פארשוין האט געמאכט פאר די חברה א דזשאב בעסער ווי זיי האבן אליינס געגלייבט. ער האט דעליווערט פאר זיי זיינע אייגענע רבנים, די פירער פון די אידישע קהלה, אריינגערעכנט א פרומער ג-טספארכטיגער איד, א רב, א בן תשעים, וועלכער האט געווידמעט זיין גאנצן לעבן פאר אידנ'ס וועגן. דערצו האט ער דעליווערט פאר זיי די פירער פון עטליכע היימישע גמ"חן און געלט טראנספער ארגאניזאציעס, וועמען יעדער איינער האט גענוצט, וואס זייער איינציגסטער חטא איז געווען אז זיי האבן נישט באריכטעט פאר די רעגירונג געוויסע געלטער. זיי האבן קיינעם נישט וויי געטאן, זיי האבן נישט געפלאנט קיין רעוואלט קעגן די רעגירונג. פארט אבער האט מען זיי באהאנדלט ווי זיי וואלטן געווען על קאידא אליין, ווי זיי וואלטן געפלאנט אויפצורייסן אן אטאם באמבע אין וואשינגטאן די סי. און כדי צו געבן א געמיינעם בילד פאר די אלע אידן האט מען צווישן זיי אויך אריינגערוקט איין אומלעגאלער אברים סוחר, אזוי אז די רעגירונג זאל קענען דערקלערן אז מען האט ארעסטירט א גענג וואס געט זיך אפ מיט'ן דילן מיט אברים.
און דאן איז געגאנגען די רעגירונג און צוגעלייגט זאלץ צו די וואונדן מיט'ן בעטן העכערע בעיל פאר די אידן וואס זענען ארעסטירט געווארן ווי פאר די גוים, מיט'ן תירוץ אז... יא, אז זיי זענען אידן.
געוואלד און געשריגן, אין וואספארא לאנד לעבן מיר דא? עס איז יארע 2009 און פראקורארן שטעלן זיך אויף אן קיין טראפ בושה און פארלאנגען העכערע בעיל פאר אידן ווייל זיי זענען אידן.
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די רעגירונג טוט פארזעצן מיט'ן פויקן דעם בייזן אנטיסעמיטישן ליגנט איינמאל און נאכאמאל אז מדינת ישראל לאזט אריין יעדן איד אין לאנד, בשעת יעדער איינער ווייסט אז דאס איז די נארמאלע אנגענומענע פראצעדור אין די גאנצע וועלט אז יעדע לאנד לאזט אריין אירע אפשטאמיגע אין איר לאנד, פוילן לאזט אריין יעדן פאלאק, און רוסלאנד לאזט אריין יעדן רוס, און איטאליע לאזט אריין יעדן איטאליענער.
זאל די רעגירונג אראפנעמען אירע לאפעס פון ערליכע בירגער, און נוצן אירע אגענטן צו כאפן אמת'ע פארברעכערס. מען קען מיינען אז אמעריקע איז שוין באשיצט פון טעראריזם, אז אסאמא בין לאדין איז שוין טויט, אז מען האט שוין געוואונען די מלחמות אין איראק און אפגאניסטאן, אז מען האט שוין אונטערדרוקט די געפאר פון איראן און נארט קארעא.
פארברעכן שטייגט אן אמעריקע, טויזנטער אומשולדיגע מענטשן ווערן ברוטאל אומגעברענגט דורך די גענגס וועלכע ווערן מער און מער שטארק, און די עף-בי-איי איז ביזי, זיי האבן וואס צו טאן, אפאר אידעלעך וואס העלפן אריבערטראנספערירן די צדקות וואס ערליכע אידן געבן פאר די מוסדות אין ארץ ישראל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2009 07:11 |
|
| |
זיסקייט זייער גוט ארויסגעברענגט,
די אנטיסימיטיזם שרייעט ארויס דא, וואלט די רעגירונג געמאכט אן אקציע און ארעסטירט 44 שווארצע אויף איינמאל צוזאמען מיט 5 גלחים??
זיי וואלטן צען מאל געטראכט פאר דעם, צו מאכן זיכער אז די שווארצע ווערן נישט באשולדיג אלס פארברעכער, זיי וואלטן עס געמאכט בשתיקה אדער אריין געמישט ווייסע, אלס אז זאל נישט מיינען אז נאר שווארצע זענען געווען אינוואלוועד,
אבער דא האבן זיי געמאכט א געפערליכע אויפרודעריי צו מאכן זיכער אז זיי פארשעמען די רעליגיעזע אידן, און זאגן אז 5 רבי'ס זענען געווען אינוואלוועד, און אראפ געלייגט ווי גלייך אז די רבי'ס האבן זיך אויפגעפירט ווי "קריים באסעס".
א פאר פון די אידן האבן גארנישט געטון מער ווי א טובה פאר א צווייטן און איבערגעגעבן א פעקל קעש, און זיי האט מען ארעסטירט פאר די "גאר הארבע עבירה" פון "ריקן קעש"! און אמעריקע ווי צו האבן א "גאן" איז א "רעכט", איז צו האבן אדער טראגן קעש אן אזא הארבע עבירה אז מען דארף דאזיגע איינזעצען פאר 10 יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2009 07:47 |
|
| |
איך ווייס נישט פון ווי מען נעמט אז מדינת ישראל לאזט אריין יעדן אמעריקאנעם אידישן פארברעכער, לויט וויפיל איך ווייס אויב אמעריקא האט אויף איינעם א קלאגע גיבט אים מדינת ישראל ארויס, ווער עס געדענקט די פרשה פון ר' חיים בערגער ע"ה פון סקווירא, א איד א בן שמונים, ער איז אנטלאפן קיין ארץ ישראל, די עף בי איי איז געוואר געווארן זיי האבן פארלאנגט מען זאל אים אויסליפערן, וויפיל עסקנים און שתדלנים האבן פראבירט זיך איינצובעטן ביי מדינת ישראל זיי זאלן נישט ארויסגעבן אן אכציג יעריגן איד פאר אמעריקא איז אלעס געפאלן אויף טויבע אויערן, מען האט אים אויסגעליפערט, ער איז גזעצן אין אויטאסוויל תפיסה א קורצע צייט און ער האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה.
איך האב געהערט פון איינע פון זיינע קינדער, ווען ר' חיים ע"ה איז שוין געווען ביטער קראנק, ממש געציילטע טעג פאר זיין פטירה, איז ער געלעגן אין א שפיטאל אין יענעם עק אמעריקא צוגעקייטלט צום בעט, (היות ער איז געווען א "פריזינער" האט די רעגירונג די בעלות אויף אים, האבן זיי אים געלייגט אין וועלכן שפיטאל זיי האבן געוואלט, און די קינדער האבן ניטאמאל געקענט רעדן צו די דאקטוירים, ער איז אפיציעל געווען א רכוש פון די גאווערמענט, א ווינדער ער איז ליידער אוועק...) עכ"פ ממש פאר די פטירה האט מען זיך געבעטן ביים פראסיקיוטער, די זעסט דאך דער מענטש גייט אויס, ער וועט שוין נישט אנציען מער ווי אפאר טאג, לאזט אים כאטש אויסגיין אין זיין בעט אינדעהיים, האט ער געענטפערט, "געט יוזט טו איט! ווי לאנג ער לעבט איז ער ביי אונז!
הדא הוא דכתיב: מלכות של חסד...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2009 09:37 |
|
| |
היינט איז פארגעקומען א דעמאנסטראציע אין האבאקען אין פראנט פון דעם הויז פון דעם מעיאר, וואס איז איינער פון די וואס איז אריינגעפאלן אין דעם ריזיגן נעץ וואס די רעגירונג האט אויסגעשפרייט. דער מענטש וויל נישט רעזיגנירן פון אמט, און וועגן דעם פראטעסטירן זיי קעגן אים.
איך האף אז ער וועט בלייבן און קעמפן ביז צום סוף. מען רעדט דא פון א יונגען מענטש, עטליכע אין דרייסיג יאר, וואס איז נאר ביים אנפאנג פון זיין קאריערע. ער איז נאר 20 טעג אין אמט. די וואס קענען אים זאגן אז ער איז א העכסט נארמאלער און פיינער מענטש. נאר וואס דען? ער האט גענומען אפאר טויזנט דאלאר פון דעם ד(ר)עק אין קאמפיין געלטער, און דעריבער האט מען אים ארעסטירט ווי א פאלנער פארברעכער, און אנגעקלאגט פאר'ן נעמען שוחד.
דא האט מען צו טאן מיט אפאר געמיינע פובליסיטי-הונגעריגע אגענטן פאר וועמען ס'איז סאך גרינגער זיך צו פארלייגן אויף אומשולדיגע מענטשן ווי טאן די ארבעט פאר וועלכן זיי באקומען שטייער צאלער געלט, כאילו די פאר ניו דזשוירזי פאליטישאנס און די ברוקלינער גמ"חן זענען די גרעסטע סכנה וואס דראעט יעצט אמעריקע.
און די מידיא שלאפט און לאזט צו אזא הימל שרייענדן סקאנדאל. מען קויפט אפ אלעס וואס די עף. בי. איי. און די פראסעקיוטארס פארקויפן און מען פרינט עס אפ, נאכדערצו ווען אידן זענען אינוואלווד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2009 14:33 |
|
| |
איך האלט אז מיר דארפן האבן א פאר געשליפענע ווארטזאגער פאר די מידיא אזוי ווי די שווארצע האבן, צו פארפירן וואס האט דא פאסירט, (איך קוק שוין היינט אן על שארפטאן מיט אן אנדערער בליק ווי אמאל).
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2009 19:17 |
|
| |
א חרפה און בושה איז די קאמענטס פון די "סעילף העיטונג דזשאס" אויף די היימישע בלאגס (איך פארשטיי נישט פארוואס זיי אפראווען אזעלכע קאמענטס) וואס קענען נאך "בארעכטיגען" די שריט פון דעם נידערטרעכטיגען "מסור". זיי זארגען זיך אויף די חילול השם פון די ארעסטירטע, וואס אפי' אויב אמת איז די ריווח נישט געגאנגען פאר זייער פרייוואטע טאש, אבער נישט אויף די חילול השם פון דעם מסור וואס ער האט "אליין" באשווינדעלט מיט א סכום באלד צוואנציג מאל אזויפיל ווי די אלע ארעסטירטע "אינאיינעם" זענען באשולדיגט. זיי זארגען זיך נישט אויף די חילול השם וואס זייערע אייגענע קאמענטס איז גורם
|
|
|
|
|
|