בית פורומים כל העולם כולו

הערות אויף די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, היסטאריע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2009 17:03 לינק ישיר 
הערות אויף די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, היסטאריע

ביטע שרייבן נאר דא אלע הערות אויף אונזער ארטיקל, יישר כח



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 18:06 לינק ישיר 

כמיין ענק האבן ביידע אויסגעלאזט א זייער וויכטיג שטיקל היסטארי, וואס ווייזט אויף פארקערט ווי פארמעגליך טענהט.

ער זאגט אז משה גבאי האט אנגעהויבן זיינע שייגעץ שטיק וועגן דעם ווייל די רבי האט אנגעהויבן פירן רעביסטעווע.

לאז זיין אז וואס די רבי האט געטון איז רעביסטווע (וואס דער סיגוט-ב"פ שטריק האט אנגעהויבן נאכטון די מינוט וואס ער איז אריין אין די ריזיגע שיך פון ווילי "רבנות"), אבער סאיז דא איין זייער וויכטיגע מעשה וואס ער האט אויסגעלאזט.

די מעשה מיט ר' הערצקא צוויבל און די פאטש אין פלארידא - וואס איז געווען ווינטער תשנ"ז, נאך פאר סיי וואס די רבי האט געטון!

אנהייב ווינטער תשנ"ז איז ר' הערצקא געווען און פלארדא און געלערנט מיטן רבין ז"ל אזויווי אלע יארן, ווען די רבי ז"ל זאגט אים איין פארטאגס אז ער האט נעכטען אונטערגעשריבען עפעס א צעטל און ער געדענקט נישט פונקטליך וואס און ער וויל עס נאכאמאל זען.

ווען ר' הערצקא האט אנגעהויבן נאכשפירען וואס גייט פאר ווערט ער געוואר אז משה האט ארויסגערוקט פון רבין עפעס א אונטערשריפט אויף עפעס אזויווי א צוואה (לויט ווי מהאט דערציילט איז געשטאנען דארט אז זלמן לייב זאל זיין סאטמארע רבי פון אר"י, וואס דעמאלץ האט שוין געקאכט אונטערן טיש מיט די פלענער אז ער זאל פארן אויף אר"י) און ער האט אנגעקאלט דעם היינטיגען רבין אז ער זאל קומען אויף פלארידא וועגן עפעס קאכט זיך און דער רבי ז"ל איז זייער צוקאכט.

ווען משה האט עס געהערט איז ער געווארן אזוי גערעגט ער האט געטראפן ר' הערצקא אויף די סטעפס און אים אראפגעלאזט א קלינגעדיגען פראסק.

כבין נישט זיכער וויאזוי סהאט זיך געענדיגט, אבער אויב געדענק איך גוט האט משה דעמאלטץ מבער געווען די צעטעל ווייל ר' הערצקא האט עס אנגעהויבען זוכען און ער האט מורא געהאט ער זאל עס נישט טרעפען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 18:09 לינק ישיר 

נאך א וויכטיגע פארט האבן ענק אויסגעלאזט

סוף זומער נ"ז, ווען די גאנצע גאס האט שוין געקאכט אז סאיז דא א פייט און משה שיקט זלמן לייב אויף אר"י ווייל ער וויל אים מאכען דארט פאר רבי לאחר מוע"ש, איז געווען א איספת מלמדים פאר אלע מלמדים אין וומ"ס (מיין טאטע איז אויך דארט געווען) און די היינטיגער רבי האט דארט גערעדט צו די מלמדים האט ער אינמיטען געזאגט אז מיין ברודער פארט יעצט אויף אר"י, און סאיז דא שמועות אין די גאס כאילו איך האב עפעס קעגען דעם, וויל איך דא זאגן פאר יעדען איינעם אז איך געב אים מיין פולע שטיצע און די אלע שמועות איז סתם גאסען גערעדעכץ. (בערך אזוי, אפשר איז דא דא איינער וואס געדענקט בעסער די פונקטליכע לשונות)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 19:51 לינק ישיר 

אויך איז יענע צייט מיין איך געווען די חנוכת הבית פונעם בנין עטרת יואל, ווי דער שיכור קעסטענבוים האט גערעדט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 21:12 לינק ישיר 

רבי_יונה:

ר' ליפא שווארטץ הי"ד האט געזאגט פאר זיין פטירה אז ער אזי נישט מוחל דעם בן השלישי נישט בזה און נישט בבא, און ער האט אים געהרגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 21:42 לינק ישיר 

די חנוכת הבית פון דעם בנין פון עטרת יואל איז געווען ל"ג בעומר,

די בנין פאדערט א באזונדערע אפהאנדלונג, פארוואס מען האט נישט גענומען די געלט פון יאקאבאוויטש,
ווען די הנהלת המוסדות איז שוין געזעצן גרייט אונטער צו שרייבן א הסכם מיט זיי,
און לכבוד דעם איז זייער געלט געגאנגען פאר שאפראן און מאנטיווידעא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2009 01:13 לינק ישיר 

חוץ פון די יאקאבאוויטש טייל

-וואס איז א אריכות פאר זיך וואס אלס איז געשטאנען אין דעם הסכם,
וואס האט געדארפט צו באהיטן פון קארופציע פון די שטוב,
און לכבוד דעם האבן זיי עס טאקע פארמיטן אויף אלע קאסטן...-

איז אין דעם עטרת יואל בנין פארבינדען נאך עטליכע פרשיות,
רובין, ציגל קאמפיין, ועוד.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 15:47 לינק ישיר 

זייער שיין און קלאר באשריבן, אבער איך מיין אז פעלט נאך א סך פון די רואיגע יארן תשנ"ו-תשנ"ט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 16:04 לינק ישיר 

 

 

באקומען אין אי מעיל

אין פארמעגליך'ס ארטיקל איז באשריבן דער אידישער געדאנק, צוזאמען ווען ער באשרייבט די דושינסקיא חתונה, אינמיטן די שקרים שרייבט ער אז דער משתב"ק איז געווען בבל יראה ובל ימצא אין די בילדער פון די אידישע געדאנק.

האבנדיג אין באזיץ, כמעט אלע אויסגאבעס פון אידישע געדאנק, האב איך אפירגענומען די ארכיוון, און ארויסגענומען טאקע יענע אידישע געדאנק פון נאך די דושינסקיא חתונה, און ווידעראמאל א שקר, דער עקלהאפטיגער פרצוף פון משה פריעדמאן איז דא כמעט אויף יעדע עמוד פון יענע אויסגאבע.

 בייגעלייגט איז דא צוויי עמודים וואס איך האב אריינגעסקענט, אויב עס פעלט אויס למען ההשלמה קען איך אריינסקענען נאך בלעטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 20:22 לינק ישיר 







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 03:19 לינק ישיר 

קודם שכויח פאר די הרלעיכע ארבעט

כוויל צולייגן דריי הערות

1 - מיין טאטע האט מיך דערציילט ער איז געווען אין אר"י תשנ"ד, דעמאלץ איז נאכנישט געווען אזא פארפלייצונג פון פיקטשער מאכערס ווי היינט, און די עיקר איז נאכגעלאפן דעם רבין זי"ע די "צַלָם" פון משפחה

דער רבי שליט"א האט אים ממש געפייניגט, ווען ער האט אים געזען האט ער אויסגערופן "אה די "צֵלֶם" איז שוין ווייטער דא", אזוי ווייט אז יענער האט אנגעהויבן זיך צו באהאלטען פין רבין שליט"א

2 - מיין ברידער איז געווען ביי די שבת שמות ווען די רבי האט אנגעהויבן זינגען קה אכסוף ביים באטע. יענע וואך איז געווען די ערשטע מאל וואס איז אריין אין די גרויסע שטיב אין בעסמענט (ביז דעמאלץ איז געווען אין די קליינע) און די רב(י) האט זיך אנגערופן סוף טיש צו ר' אברהם יעקב יאקאב, וואס איז געזעסן פינקט קעגנאיבער ביי עק טיש, "נא, דו ווילסט זינגען, זינג", און ער האט אנגעהויבן מיט די תולדות אהרנע קה רבון.

3 - פארמעגליך איז ממש מהפך הקערה על פיה און שרייבט אז ווילאנג די עלטערע חסידים האבן געלעבט האט "דער רבי" נישט געקענט טרייען צו פארכאפען סאטמאר (שטאטס די אמת אז משה גבאי האט זיך נישט געוואגט צו טון עפעס אפען ווילאנג זיי האבן געלעבט), פון די אנדערע זייט שרייבט ער אליינס אז די אלע זאכען וואס מהאט געטון אין תשנ"ז איז געווען די אנהייב צו פארכאפען סאטמאר?

כיצד יתקיימו שניהם?

קיקט אויס א ליגנער דארף טאקע האבען א גוטען זכרון...



תוקן על ידי מבני_בניו ב- 05/08/2009 3:15:34




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2009 23:12 לינק ישיר 

קודם א גרויסן דאנק 'האמתנעדרת' פארן דיינע שרייבונגען און קאמענטארן. איך האב נישט געליינט וואס פארמעגליך האט געשריבן, אבער פון דיינע הערות וואס די ברענגסט צו פון אום זעה איך אז דאס ליינען זיינע ארטיקלן זענען ארויסגעווארפן צייט, ממש א בעל דמיון, און אויף כח.

נאר די מעגסט ווען אביסל מער מעריך זיין ביי עטליכע פלעצער. למשל ווי די ברענגט אראפ א מעשה איבער א געוויסער נושא, די רירסט עס אן בלויז מיטן שפיץ גאפל. דהיינו די שרייבסט:

"הער פארמעגליך, ווידער פעלסטו היסטאריע, ס'איז שוין פארגעקומען א חתונה אין די משפחה כסלו תשמ"ח ווי דער ברך משה האט זיך נישט משתתף געווען, און דיין נועם המדות אויך נישט, נאר איין איינציגער ברודער, רבינו שליט"א. ומי שהי' ידו במעל הזה איז אויך באקאנט.

און לייג צו נאך א שטיקל צו דיין היסטאריע, אז תשנ"ב איז אויך געווען איינער וואס האט אנגעדרייט אז דער ברך משה זאל נישט גיין צו א אייניקל'ס חתונה צוליב א געוואלדיגע חציפות מצד אם החתן כנודע, און רבינו שליט"א איז געווען דער וואס איז אריין אל הקודש פנימה און איינגעריסן אז ביי א שמחה מישט מען נישט פאליטיק."

אויב מעגליך, ביטע שרייב מער בפרטיות ביידע מעשיות.

אגב, די מעשה מיטן "אבני צדק" געפעלט מיר זייער..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 01:08 לינק ישיר 

איך שטיי און איך שפרינג פון איין פארום צום צווייטן, איך זע א ענטפער פון אמת נעדרת און איך ווארט א קשיא צוריק, אבער..... שטיל...... מען הערט נישט קיין פיפס...... כאילו לא הי'

סקראל ארויף אביסל און קוק דעם אידישן געדאנק, אוי פארמעגליך, די ארוינים האבן דיך נישט געפאלגט זיי האבן יא געלייגט דעם לאנגן אין פיקטשער

מי יתן מען זאל עס נאר אזוי פארשפרייטן דעם אמת ווי מען האט פארשפרייט דעם שקר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 22:29 לינק ישיר 
שרייבט ער יא אדער נישט...?

קען זיי איינער ארויסהעלפען?

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2668873&forum_id=20420

(עס איז צום ערווארטען אז די נייטראלע מנהל דארט גייט עס אפמעקען אדער טוישען די קעפעל א.ד.ג.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 22:52 לינק ישיר 

דער פעלשער פארמעגליך איז אריינגעפאלען און א שטיקעל דעפרעסיע!
ווייל ער האט אריינגעכאפט פונעם בן השני, אז א דאנק זיין גימויזעכס, האט מען אויפן פארק אויסגעשמיסט די ''קוואדערלעך'' וואס ער פארניצט און גרויסען, ווער רעד נאך פון דער נאבעלער בילד, וואו ער ליגט אויסגעצויגען אויפן ריקען מיט דער רעמאט און די הענד, דאס איז שוין געווען צו פול, דעריבער האט דער בן השני געפענט א פיסק אויף דעם פעלשער פארמעגליך!
אזוי בן פראדעל גלייכט אויך נישט אזוי שטארק וואו מען רעד פון זיין שוואכקייט צו דעם ביטערן טראפ, וואס ער גלייכט אזוי שטארק, און זיין פארנעפעלטע היסטאריע קען ער באשטיין, אז מען זאל עס נישט דעבאטירען אט דא אויפן פארק, דעריבער האט מוליך ומביא געווען זיין לאנגע פינגער, וואס ער האט געוויזען פאר אייזיק לעפקאוויטש נאך די ערשטע מאל וואס אייזיק האט אים גלאט געמאכט אויף דער ערד מיט זיין אוטאו, און פעלשער פארמעגליכ'ס רוכטונג
דעריבער פעלשער אביסעלע צוגעלייגט, אבער עס איז צום גלייבען, אז ער וועט  זיך אביסעל אויסטשאכענען, און ווייטער אנפאנגען מיט זיין געמויזעכס, און שטילען די דארשט פון די דיפרעסטע, האס אנגעגעסענע זאליס,!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 23:00 לינק ישיר 

פאר גרויס דעפרעסיע האט ער זיך אפגערעד פארן מנהל פון דער דערנעבעדיגען זאלי פורם, אז מען דער מאנט אים כסדר, די צייטען וואס ער האט עוסק געווען טאג טעגליך און די סיגיא פון ''פארשטינקענע פיש''
דער מנהל האט טאקע שטרענג באופטראגט די דארטיגע שרייבער מער נישט צו שרייבען די ווארט ''פיש'' וחמת פארמעגליך שככה!
היינט האט ער זיך אפגערעד פארן מנהל אז מען ריפט אים פעלשער פארמעגליך!
האט דער נוטראלע מנהל זאפארט באפטראגט פאר די שרייבער אז עס איז פארבאטען צו שרייבען פעלשער פארמעגליך,
דאס ווייזט אז עפעס גייט פאר מיטן פעלשער! מען דארף אים אנקאלען פרעגן וואס ער טיט! אפשר איז ער גאר קראנק? אדער גאר מיט אזוי פול אונפארמאציע און קאפ, קען גאר זיין אז זיין קאפ האטט געפלאצט, מי יודע?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הערות אויף די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, היסטאריע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext