בשם רש"ל וויינבערגער, זאלי פלייש געשעפט חשש צומת הגידין
דאס שרייבט א זאלי און די זאלי פורום
"לעולם יהא אדם.................ומודה על האמת
איך האב יעצט געהערט פון הגה"צ מהרש"ל וויינבערגער שליט"א אז די חשש איז געווען און ארץ ישראל אלע יארן משא"כ דא און אמעריקא נישט אבער יעצט איז עס דא אויך געשען און דאס איז די זעלבע פראבלעם און אלע בית השחיטות"
קיין איין ירא שמים טרעט נישט אריין אין די זאלי בוטשער סטאר
נישט ווייל ס'האט א שוואכע הכשר.
נאר ווייל ס'האט בכלל נישט קיין הכשר
אין דעם איז ליידער שולדיג ר' ישראל חיים מנשה וואס א חוץ אפאר דאללער האט אים קיינמאל נישט אינטערסירט
דאס שוואכסטע סטאנדערט אין הכשר איז די זאלי בוטשער'ס
דאס זעלבע מיט זייער בארא פארק'ער בוטשער.
נאכדעם וואס ר' ח"ד כ"ץ איז געפלויגן
פין די סאטמערע בוטשער אין בארא פארק אין הרב לייכטאג איז אריין געקומען
האט ער קלאר געזאגט אז ר' ח"ד כ"ץ טויג נישט פאר קיין הכשר
ס'געווען אפילו א רומער ער האט געהייסן כשר'ן דעם בוטשער.
יא ווייל ער האלט זיך פאר אן ערליכער
אבער ליידער זיצט ער ציזאמען מיט רשעים האט ער א דין ווי זיי
אין זיין פסק מיינט גארנישט.
נשלח ב-8/8/2009 00:48
וואס איז אינטערסאנט צי באמערקען, אז ווילאנג די רעדע איז געווען בנוגע ק"י פלייש איז עס געווען נבילה ממש אזאש אז מ'דארף כשר'ן כלים...
יעצט ווען די רעדע איז בנוגע די זאלי פלייש געשעפט איז עס פליצלונג נאר א "חשש".
ס'קען זיין ר' שלמה לייב וויל זיך אריין ריקן אין דער בוטשער
פארעגסט נישט ר' ישראל חיים מנשה ווערט אלט
ר' זלמן לייב פילעף איז נישט קיין גרויסער חכם
דער איינציגסטער וואס איז נארמאל, איז ר' שלמה לייב, איז דא א א סברה ער פורבירט זיך אריין ריקן אין זייער בוטשער.
נשלח ב-10/8/2009 02:29
איך האב אמאל געהערט בשם א רב (וואס גראדע באלאנגט ער צי די זאלי פארטיי) וואס פלעגט גיין אמאל מטעם כשרות קיין וויינלאנד,
האט ער זיך אפגערעדט אז ווען ער האט געהייסען ניטצען מער זאלץ ביים זאלטצען, זענען די בעלי בתים אדער מענעדשער (איך געדענקט נישט ווער) באפאלען אז היתכן ער זאגט עס איז נישט גענוג געזאלצען, עס קאסט זיי ציפיל געלט דאס זאלץ א.ד.ג.
אין די איד צוויי וואכען צירוק ( אין די זעלבע עד וועגען זייער נייע גסות שחיטה) איז געשטאנען אז "צוליב זהירות אין כשרות" פארקויפען זיי זייער פלייש "נאר אויף 4" פלעצער, יעצט באמערק איך אויפען זאלי פורום אז מ'גייט רח"ל פארקויפען אויף א 5'טע פלאץ אין ק"י.
וואס וועט זיין מיט די זהירות אין כשרות???
נשלח ב-10/9/2009 07:28
איך מיין דער מנהל זאל טוישען די קעפל פן אשכול צו "בשם רש"ל וויינבערגער, זאלי פלייש געשעפט וועט ווייטער מאכיל זיין חשש טריפות"