בית פורומים כל העולם כולו

גיטע נייעס פאר פ''ס געניסער, $200 פער קינד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/8/2009 20:03 לינק ישיר 
גיטע נייעס פאר פ''ס געניסער, $200 פער קינד

די שטאט האט אריינגעלייגט $200 קעש פער קינד העכער 3 יאר אין די פ''ס קארטלעך, מ'זאל קענען קויפן סקול סופלייס פאר קימענדיגע שול יאר, די געלט קען מען ארויסנעמן ביי סיי וועלכע עי טי עם מאשין.

א קלאנג גייט ארום אז מ'קען עס נאר ארויסנעמן ביז 2:00 נ''מ, אבער קוועלער לייקענען עס אפ, אין זאגען אז מ'וועט עס קענען ארויסנעמן ביז 90 טאג (בערך ווען די גוישע שולע'ס הייבן אן די נייע יאר)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2009 20:08 לינק ישיר 

אלע בענק אין ווילי זענען היינט פארפלייצט מיט מענטשען, מענער און פרויען שטייען אין די ליין ארויס צו נעמען די געלט, יעדער פרויבירט צו כאפן קודם ווייל עס דרייט זיך ארום די קלאנג אז נאר ביז 2 קען מען ארויס נעמען די געלט, וואס איז סתם שטותים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2009 20:14 לינק ישיר 

די געלט איז אזווי די גרענט פין HEAP יעדע ווינטער, אין מ'קען עס ארויסנעמן אויך אין רוב גראסערי'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2009 20:29 לינק ישיר 

קול מבשר מעלדט יעצט אז עס איז דא צייט 30 טעג ארוסצונעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 20:52 לינק ישיר 

חברה, איך ווער א קאנסערוואטיוו.

איך זע אז אלע אונזערע אידעלעך זענען קאנסערוואטיוון און זיי מאכן געלט פון אונזער ליבערעל גאווערמענט.

משא"כ איך, וואס געניס נישט פון די אלע פראגראמען, שטיי אין די זייט און קריץ מיט די ציין.

סאו כ'ווער א קאנסערוואטיוו.

נידער מיט סאושעליזם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 20:54 לינק ישיר 

אגב, יאנקל האראוויץ זאגט אז מען האט 90 טעג ארויסצונעמען דאס געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 21:01 לינק ישיר 

זייער א גוטע זאך, דער ניו יארק גאווערנער האט עס געמאכט מיט גרויס פאמפע ער וויל עס געבן דירעקט פארן מענטש און בלומבערג שעלט דערויף  ער האט געוואלט סזאל גיין דורך איהם, עס איז סטימילוס געלט וואס אבאמא האט געגעבן פאר ניו יארק
פאר די וואס פרייען זיך אזוי וועגן ליבעראלע פילאזאפיע, קענט איהר זיין זיכער אז מיר אלע וועלן ביטער באצאלן און שטייערן דערפאר די קומענדיגע 100 יאר, מען קען נישט פרינטן געלט אלעס האט א פרייז





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 21:15 לינק ישיר 

איין זאך די געלט וועט גיין פאר די מוסדת א נעכטיגער בוידעם.

ווען ער געט עס פאר די מוסדת וואלטן די מוסדת באקומען דאס געלט, אז ער געט דאס פארן עולם דעמאלס פארניצט דער עולם דאס געלט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2009 21:51 לינק ישיר 

בית, איך גיי צאלן די טעקסעס, נישט די אלע אידעלעך וואס באקומען פוד סטעמפס. זיי צאלן דאך נישט קיין טעקסעס, זיי באקומען צוריק פון די גאווערמענט מער געלט וויפיל זיי צאלן איין.

די קאנסערוואטיווע ארעמע אידעלעך מאכן א לעבן מיט א ליבעראלן גאווערמענט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 23:16 לינק ישיר 

זאג נאר די שחורים און די ספאנישע מעגן מאכן א לעבן און באקומען וויפיל געלט עס לאזט זיך פון די גאווערמענט.

טא לאז די אידן אויך מאכן א פאר טאלער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2009 23:19 לינק ישיר 

רבי יונה, איך בין עקסיידעט ביז איבער'ן קאפ אז די אידן מאכן אפאר טאלער. איך וויל נאר אז זיי זאלן אויפהערן צו קאמפלעינען אזוי סאך, אזוי ווי דער שטייגער פון אונזערע היימישע "קאנסערוואטיוון".

 אגב, נאר אין קרית יואל אליין האט די גאווערמענט אריינגעשיקט 1.7 מיליאן דאלאר אין קעש פאר'ן היימישן עולם.

די היימישע עקאנאמיע דארף צו באקומען גאר א שטארקן בוסט פון די מיליאנען דאלאר אין קעש וואס די אבאמא גאווערמענט האט אריינגעפאמפעט צום היימישן עולם.

תוקן על ידי ziskeit ב- 11/08/2009 23:23:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 23:47 לינק ישיר 

 

NEW YORK, Aug. 11 /PRNewswire/ -- To fight poverty in New York, George Soros, chairman of the Open Society Institute, today announced a $35 million gift to support low-income families across the state purchasing supplies and clothing for the new school year. Back To School New York, a collaborative effort involving the State of New York and the U.S. Department of Health and Human Services, will provide $200 per child to the families of the more than 850,000 children receiving public assistance or food stamps in New York State. Mr. Soros and Governor David Paterson announced the program at P.S. 208 in the Manhattan neighborhood of Harlem.

Dial the 888 number in back of your NYSbenefit card, press 1, enter your card #, and you will here the amount of cash you are entitled for.

EBT Cash Access Location Search





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2009 23:50 לינק ישיר 

זיסקייט
גיי ארום אין די גראסעריס און קוק דיך אביסעל אום,
איך בין געווען היינט אין גראסעריס אין מאנסי, ק"י און גערעט צו א גראסערי מאן פון וויליאמסבורג,
רוב עול וואס באקומט די געלט באצאלען מיט דעים די גראסערי ביללס, בעיני ראיתי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 00:13 לינק ישיר 

בערל, וואסערע פוינט ווילסטו ארויסברענגען?

דא רעדט מען פון מיליאנען דאלארן אין קעש וואס פליסט אריין אין די היימישע עקאנאמיע, דורך דעם אופן אדער דורך אן אנדערן אופן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 00:43 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו די פאלגענדע האסטו געשריבען סקראראטיש (כ'האב עס גוט געספעלט) אבער ס'איז אן אמת, און כ'האב געוואלט שטארקער מאכען דיינע ווערטער.

די היימישע עקאנאמיע דארף צו באקומען גאר א שטארקן בוסט פון די מיליאנען דאלאר אין קעש וואס די אבאמא גאווערמענט האט אריינגעפאמפעט צום היימישן עולם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 02:33 לינק ישיר 

בערל, דער גאנצער עולם דרייט זיך ארום מיט בינטלען קעש, און מען באצאלט רעכטס און לינקס. און דאס איז צום פארדאנקען פאר די אבאמא רעגירונג און פאר דעם ליבעראלן אידישן מאדיאר דזשארדזש סאראס.

למעשה קומט די קעש אריין אין אונזער היימישע עקאנאמיע, ס'גייט אריין אין סירקולעישאן, און ס'גיט א בוסט פאר די היימישע עקאנאמיע אויף וועלכן וועג עס זאל נאר זיין.



תוקן על ידי ziskeit ב- 12/08/2009 2:31:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גיטע נייעס פאר פ''ס געניסער, $200 פער קינד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext