וואס איז יעצט געשען??? וואס איז די איבערקערעניש???
ס'טוט זיך הימל און ערד און 'משפחה'
די זאלונים קאכן די בני יואל ברענען די אמת'דיגע תלמידים פון רבין זכרוינע לבראכע האלטן עס ממש נישט אויס, הלמאי! מען האט געגעבן א אינטערוויא פאר די 'משפחה'.
לאז מיר זיך א מינוט אפשטעלן און טראכטן ווי אויף דער וועלט מיר האלטן.
מיר שטייען עטליכע וואכן נאך די געוואלדיגע געלונגענע פארמעגליך ארטיקלען, ממש טויזענטער מענטשן ליינען עס וכל היום היא שיחתם, די וועלט זעט שוין איין וואס פאר א בלאפער דאס איז, וואס פאר א ספלעשי אטענשאן סיקער דאס איז, קיינמאל אין לעבן נישט געעפענט א גמרא, יעדע דבר שבקדושה – אפילו תפלין לייגן מן הסתם – טוט ער נאר פאר אטענשאן, כ'מיין ממש א ריקן מכל וכל.
איז היינט כ"ב אב תשס"ט, ווען די גאנצע וועלט ווייסט שוין דאס, ס'האלט שוין אפילו ביי דעם אז מען גייט מאכן א נייע ביה"ח ווייל ער מיט זיין גאנצע קהלה האבן א דין ווי נעלאגן ר"ל, קען איינער מסביר זיין הא קער'ס אז ער האט געגעבן א אינטערוויו פאר די ציוני'סטישע משפחה, ער איז דאך עצם מעצמי ובשר מבשרי, האסט אנטדעקט אמעריקא?, ער האט דאך שוין א אלטע שנאה צו זיין פעטער, און יעצט האט ער אים גוט אויסגעשמירט, ער האט זיך נוקם געווען אין אים פארן זיך ארויסשטעלן קעגן זיין שידוך, נו וואס איז יעצט געשען?
און אויב נישט גענוג איז דאך שוין היינט באקאנט און באוואוסט אז די לעצטע יארן איז ער מכשיל כלל ישראל מיט חמץ בפסח, הערשט יעצט וויסט מען אויך אז ער איז מאכיל נבילות וטריפות, נו זאל נאך משפחה זיין א פראבלעם?
ווען להבדיל א"א הבדלות נחום רז"ב וועט געבן א אינטערוויו פונעם רבין ז"ל פאר די משפחה וועט עס איינעם שטערן, ער איז דאך מוחרם מכל!
ממילא וויל איך פארשטיין, על מה יצא הקצף, וואס באדערט דיר????
זאג שעפעלע!!!! וואס באדערט דיר!!!!!