לאגיש כ'האף די וועסט נישט זיין ברוגז אויף מיר אויב כ'זאג אנדערשט פון דיר. כ'קען מיך נישט אזוי גוט אויס אין דעם פארמעסט, אבער קומען אראפרייסן א קאנדידאט וועלכע קאמפיינט און זאגט אז ער וועט אונז העלפן מער ווי אלע אנדערע וואס לויפן, און ער רעדט דברים של טעם, מיט אזא לופטיגע טענה אז צוויי מענדעליסן פירן דעם קאמפיין פאר צוויי טויזענט דאללער איז אביסל נישט צו דערזאך, ווייל אין פאקט ווייס איך פון א בעלזא'ער יונגערמאן וואס איז גאר שטארק אינוואלווד (מעגליך אפילו גאר דער פירער פון קאמפיין ביים היימשען ציבור, כ'בין נישט זיכער), פון דער אנדערער זייט, האט זיך דער מנהל פון די ראחמיסטריווקא מוסדות אויכעט גאר שטארק אריינגעלייגט העלפן דעם קאמפיין, כ'בעט דיר קום נישט יעצט זאגן, זיי באקומען אויך טויזענט דאללער א וואך.
|
|