| נשלח ב-31/8/2009 21:20 |
|
| |
די פארגאנגעהייט פון דעם ''בן השלישי'' הגרז''ל
די פוסטע יונגט
אונזער ר' זלמניו פון בארא פארק איז געבוירן געווארן זונטאג פר' מקץ, כ"ד כסלו ערב חנוכה תשי"ב לפ"ק, למס' דעצעמבער 23 1951, אין די שטאט ברוקלין ניו יארק, אלס דער פערטער קינד, צו זיין גרויסן טאטן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, דאן סיגוטער רב אין וויליאמסבורג.
ביי זיין געבוירט איז די רביצין פעסל לאה תליט"א לרפו"ש געווען אין א גרויסע סכנה, ותקש בלדתה, דער ברך משה האט דאן אנגערופן אין שטוב פון גרויסן פעטער דער רבי זי"ע זיך מזכיר זיין, אבער די היינטיגע "חסידים", גערופן דאן "שטוב מענטשן / סדרנים", האבן צו זיין גרויס ווייטאג נישט איבערגעגעבן דעם טעלעפאון אז דער רבי זי"ע זאל קענען אנווינטשן. ווען דער ברך משה איז נאכ'ן געבוירט אריבער נעמען מזל טוב פון פעטער, און ער האט אים דערציילט וואס ס'איז פארגעגאנגען ביים געבוירט, האט אים דער רבי זי"ע געזאגט, "פארוואס האסטו מיך נישט גערופן בעפאר, כ'וואלט דיך אינזין געהאט". דער ברך משה האט כדרכו געשלינגען און נישט דערציילט דעם אמת. – למעשה איז ער אראפגעקומען אויף די וועלט אן א ברכה פונעם הייליגן פעטער דער הייליגער רבי זי"ע, אויף וואס דער רבי הברך משה האט זיך כידוע אמאל זייער שארף אויסגעדריקט פאר ר' ליפא שווארץ ז"ל פון ירושלים, "דער פעטער איז דאך געווען אזא רך הלבב, ווען דער פעטער וואונטשט מיר ווען אן בעפאר, אפשר וואלט ער געווען א מענטש, נאר מיר איז אזוי באשערט געווען, זאל עס שוין מיטגיין אויף זייער [שטוב מענטשן] חשבון". והדברים נוראים.
ביים ברית האט דער רבי דער ברך משה אים א נאמען געגעבן "יקותיאל יהודה", נאך זיין גרויסן ברודער הגה"צ ר' יקותיאל יהודה (ר' זלמן לייב'עלע) זצ"ל אבד"ק סיגוט, וואס ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ אויפן היטלער'יסטישן שייטערהויפן, הי"ד.
הגה"ק ר' זלמן לייב'עלע זצוק"ל איז געווען אן איידעם ביים הייליגן רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל, און ווי באקאנט האט מען זיך נישט אזוי פארטראגן, און ס'איז געווען גאר אנגעשפאנט צווישן די צוויי הויפן סיגוט און סאטמאר, כידוע, ובפרט ביי די פטירה פון די רביצין רחל ע"ה וואס מ'האט נישט דערציילט נארמאל פארן גרויסן שווער און פעטער רביה"ק זי"ע, די גבאים וחסידים האבן געשאפן א רוגזה וואס איז צומאל געווען אויף גאר הויכע אקטאוועס.
דא קומט דער גרויסער שקר פון שלמה יענקל'ען, בעל הרצון צדיק ומושיען של ישראל, (ווי ער צולייגט דאס ביי יעדע חתונה בבית ר' זלמן, און דער געוועזענער בדחן מרדכי ראטטער – איר געדענקט אים נאך?... – האט דאס אויך הערליך אויסגעגראמט ביי די חתונה פון אלעזר טייטלבוים חדבנ"ה – ח'תנא ד'בי נ'ועם ה'מדות), אז דער נאמען "יקותיאל יהודה" האט ער באקומען נאכן ייטב לב זי"ע, און ווי ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האט ער טאקע דעם ייטב לב'ס תורה, דעם ייטב לב'ס צדקות, דעם ייטב לב'ס יראת שמים, דעם ייטב לב'ס מדת הצדקה, דעם ייטב לב'ס עניוות, דעם ייטב לב'ס מדות, דעם ייטב לב'ס קדושה, דעם ייטב לב'ס "נודע בשערים", דעם ייטב לב'ס "העמיד תלמידים הגונים", דעם ייטב לב'ס שטראלנדע צורה, דעם ייטב לב'ס הנהגה, דעם ייטב לב'ס ענות חן, דעם ייטב לב'ס שמייכל, דעם ייטב לב'ס בארד, דעם ייטב לב'ס פארנט, דעם ייטב לב'ס ..., און דעם ייטב לב'ס פשטות.
ווי פארשטענדליך האט שלמה יענקל צוגעבאקן דעם פאקט אז ס'זאל שטימען מיט די ווערסיע וואס זקני חסידים האבן מעיד געווען אז רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע האט זייער שטארק געענדלט מיט אסאך שטריכן אינעם זיידן דער ייטב לב זי"ע, זייענדיג א ריכטיגער אדם השלם ואיש האשכולות שהכל בו, און אויב אונזער ר' זלמניו הייסט נאכ'ן ייטב לב, און ער האט אויך די צורה פונעם ייטב לב, און ער איז נאך רב אין קהל יטב לב, נו, גיט א דריי מיט די פינגער, איז ער דאך דער ייטב לב / רבי זי"ע זעלבסט.
אבער למעשה איז דאס א ריכטיגער "מושיען מעשה", דער נאמען האט דער ברך משה נישט געגעבן נאכ'ן ייטב לב נאר נאך זיין ברודער ר' זלמן לייב'לע. דער רבי הברך משה זי"ע האט דאס געשריבן אין א מכתב קודש נאך זיין געבורט, בזה הלשון "קראתי שמו בישראל יקותיאל יהודה ליתן שם טוב ושארית לזכרון אחרי אחי הגדול הגה"צ זצ"ל הי"ד, שנקרא שמו ע"י אאמו"ר הגה"ק זצ"ל אחרי זקיני הייטב לב זי"ע".
(אונזער ר' זלמן האט אלע יארן פרובירט מבער צו זיין דעם בריוו, ער האט פארלייגט וועלטן ביי די יורשים פון ר' דוד האך ע"ה אז דער בריוו זאל נידון ווערן לשריפה, אבער דער בריוו איז היינט בנמצא, מ'האט דאס נארוואס געטראפן בכתב יד קדשו, ס'איז צו האפן אז דאס וועט בקרוב אנקומען אויך צו די מסדרים פון די ספרים "ומשה היה רועה", זיי זאלן דאס אריינלייגן ווען מ'וועט באשרייבן דעם יאר תשי"ב).
דער קליינער זלמניו איז אונטערגעוואקסן, גראדע געווען גאנץ א שיין קינד (אזוי האט ער לימים זעלבסט מעיד געווען פאר מ. ז. אז אלס קינד איז ער געווען "שיין", וד"ל), א סיגוטער אייניקל, מיט שלאנקע פיאות און א ברייט געביין, ואחוריו תלויים לו תלתלים. (פון וואס ער איז נאך היינט געבענטשט במדה גדושה). ער האט אנגעהויבן גיין און חדר, אין די סיגוט'ער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, וואו די מלמדים האבן פרובירט אריין צו קנעטן אין דעם קליינעם זלמניו תורה מיט יראת שמים, אז ער זאל אויפוואקסן לתפארת בית אבותיו.
אבער... א מכה!
דער קליינער זלמניו האט קיין סאך נערוון צו לערנען נישט געהאט, עס האט אים אסאך מער געצויגען די דרויסענדיגע גאס, שפילן, לויפן, ארום טאנצן. אים האט פיל געצויגן צו אויסוואקסן א "ליפא" ווי א "ר' אהרן". די מלמדים זענען זיך כסדר געקומען באקלאגן פאר'ן ברך משה, אז דער קליינער זלמניו איז א גאנצן לערנען פארנומען ארויסצוקוקן פון פענסטער, ער ציילט די פייגלעך און לאכט ארום, (איר קענט זיין "לאכן"? פרעגט נאר זיינע תלמידים פון צעירים). דאס האט אזוי אנגעהאלטן אויך שפעטער אין די בחור'ישע יארן, ווען דער ברך משה האט ארויסגעקוקט אז אולי יעצט וועט דער בנ'אק זיך זעצן לערנען, אבער אן ערפאלג. ער האט עפעס געלערנט דא-דארט, אבער פון התמדה בתורה מאן דכר שמי'.
די שווערע בחור'ישע יארן
ווען ער איז אביסל אונטערגעוואקסן איז ער געבליבן לערנען אין די סיגוט'ער ישיבה, ער איז קיינמאל נישט געווען אין סאטמאר ביים הייליגן פעטער, דער רבי זי"ע, נישט אין די תלמוד תורה, נישט אין די ישיבה, (כמעט) נישט אויף שבתים, נישט אויף ימים טובים, נישט ביי קיין הקפות, נישט ביי קיין "סוגיא פארלערנען", ווי זיין ברודער האדמו"ר מהר"א פלעגט קומען מדי שבוע בשבוע צום סוגיא פארלערנען, ער איז געווען אין סיגוט, נאכאמאל אין סיגוט, און נאכאמאל אין סיגוט.
די געווענליכע צייט איז ער געווען זייער לאנגווייליג. אין די סיגוט'ער ישיבה איז ער געווען באקאנט אלס "פלעינער" בחור. זיך געדרייט ארויף און אראפ. זיבן מאל א פארמיטאג געלאפן אין ביה"כ, גענומען קאווע, זיך צושמועסט, זיך געדרייט, אלעס אבי נישט צו לערנען.
איין פארמיטאג אלס זעכצן יעריגער בחור, ווען ער איז צום ווייסעך-וויפילטן-מאל ארויס פון ביהמ"ד צו נעמען א קאווע, שטייענדיג ביי די קאווע האט ער זיך צושמועסט מיט אנדערע ליידאקעס בחורים, דער פאטער דער ראש ישיבה, דער ברך משה, האט געזען אז זיין זון'ס פלאץ איז שוין ליידיג איבער א האלבע שעה, קומט ער ארויס צו לויפן מיט א געוואלד, און זעט ווי זיין בנ'אק שטייט מיט א גלאז קאווע אין די האנט און שמועסט זיך געמיטלעך. רופט ער זיך אן סארקאסטיש: "קענסט שוין אויסגיסן די קאווע, ס'האט דיר שוין אנגעפילט א האלבע שעה"...
ר' יוסף בערקאוויטש פין וויליאמסבורג האט פארציילט אז ר' זלמניו האט זייער גוט געקענט די שפיל "שאך". אלס ביים חזר'ן פלעגט ער שפילן מיט זיין חבורתא "שאך". איינמאל האט דער ברך משה געגעבן א קום אריין אינמיטן חזר'ן, האט ר' זלמן לייב שנעל געגעבן א לייג ארויף די גמרא אויפן "שאך". דער ברך משה האט באמערקט אז עפעס גייט פאר האט ער געגעבן א הייב אויף די גמרא און ער האט געזעהן דעם "שאך", האט ער ברבים געגעבן צוויי פראסקעס פאר זיין זלמעלע, און אים הויך אנגעשריגן ברבים, וואס האט זייער מיאוס אים פארשעמט.
עס פארציילט ר' א.י.ק. אז זייענדיג א בחור פון 17 יאר, איז ער ר' זלמניו און שבעה עשר בתמוז געגאנגען שיפלען אין לאק שעלדריק מיט עטליכע גאר שוואכע בחורים. ווען דער ברך משה איז געוואויר געווארן דערפון, האט ער אראפ געלאזט פאר זלמניו צוויי גוטע פעטש. דער זלמניו איז אריין געפאלען אין א ווילדער כעס (שטעלט אייך פאר זיין יעקב בער זאל כאפן א פראסק ווי דאס פנים וואלט אים געשוימט פאר כעס... אזוי איז ער געווען בימי בחרותו), איז ער אויף געקומען מיט א עצה וויאזוי צו "פיקסען" דעם טאטן דער ברך משה, אז ער זאל וויסן איינמאל פאר אלעמאל, אז מיט זלמניו הייבט נישט אן. איז ער געקומען אויף די ריזיקאלישע המצאה, ער האט זיך "באהאלטן" אויף א גאנצע טאג! קיינער האט נישט געוויסט וואו ער איז. מען האט געזיכט און געזיכט, ואיננו, דאס קינד איז ניטא! דער ברך משה איז געווארן גאר אנגעצויגען און נערוועז, וואו איז דער זלמניו? והילד איננו, דאס קינד איז נישט דא! דער טאג איז אדורך, די זון האט שוין אנגעפאנגען אונטערגיין, און אט אט פון צווישען די ביימער קומט ארויס צו קריכן אונזער זאלמעלע, מיט א צינישען שמייכל אויסגעצויגען אויפן פנים, יא! דער שטיקעל איז געלונגען, און דאן האט ר' זלמניו אנגעהויבן פירן א ברוגז קריג מיט זיין פאטער אויף איבער א חודש צייט.
דער ברך משה איז דאן צומאל ארויס פון די כלים פון די איבערגע"שפיץ"טע חכמה פון זיין זלמעלע. ס'האט אים ממש געקרענקט ווי א קינד מבית אבותיו קען זיך אזוי אויפפירן. ער איז שוין געווען זאט פון זיין ברודער ליפא'ס התנהגות, און ער האט געהאפט צו זען נאך אביסל נחת כאטש ביים נעקסטן זון. דעריבער האט ער אים כסדר מוסר געזאגט און פארגעהאלטן, דאס האט אין אים אריינגעברענגט א שטיקל דערווייטערונג פון אים מיטן טאטן (וואס האט זיך נאך פיל פארשארפט נאך זיין חתונה מיט די צדיקת מבית ביסטריץ, ווי שפעטער באשריבן באריכות). דער פאטער וועלכער איז געווען באקאנט מיט א שארפן חוש הריח, האט געזען אז פון אים וועט שוין גארנישט ספעציעל אויסוואקסן, (אין בעסטן פאל א "שטעקן" זיך צו שלאגן מיט [ר'] אהרן'ען...) האט אים כסדר אנגעשריגן און מוכיח געווען אויף זיין נארישן התנהגות.
ר' מ.ז. מיט ר' מ.פ. דערציילן אז איינמאל ווען דער זלמן האט אים ממש "ארויסגענומען פון די הויט", האט דער ברך משה אים בא'שייגעץ'ט און אנגעשריגן, "ווי קאן מען זיין אזא נער, אזא טיפש זיך אויפפירן, שמך נאה לך, ביסט ממש א "כסיל", א נער, כ'קאן עס נישט גלייבן פון דיר". זינט דאן איז באקאנט געווען אין די משפחה דעם צו-נאמען "כסיל יודא". (אין די שפעטערע יארן ווען דער ברך משה האט אמאל געהערט דעם אויסדריק, האט ער זיך דערמאנט ווער און ווען ס'האט אים אזוי קורא שם געווען, האט ער אויסגעשאסן אין אזא הילכיגן געלעכטער, אזש דער טיש האט זיך מיטגעשאקלט...).
פארשטייט זיך אז דער רבי דער ברך משה האט געהאט גרויס צער פון זיין שוואכן ווירטשאפט בכלליות, זיין הזנחה אין לערנען און הנהגה ברוחניות, ער האט פרובירט צו רעדן צו זלמניו, אבער אן ערפאלג. נישט נאר דאס, נאר ווען מ'האט אים פארגעהאלטן, היתכן? פארוואס לערנסטו נישט, קוק ווי דיין ברידער [ר'] אהרן לערנט מיט אזא התמדה, האט ער זיך פארמאכט זיין מויל און אנגעהויבן "בלאזן". אזוי האט ער זיך אלעמאל געפירט ווען איינער, זיין טאטע, זיין מאמע, זיין מלמד אין חדר, מגיד שיעור אין די ישיבה, האט אים געזאגט א זאך וואס איז אים נישט געפאלן, האט ער "געבלאזן", עס האט געקענט דורכגיין חדשים, והוא באחד, ער "בלאזט".
דער ברך משה וועלכער האט שוין געהאט צוויי עלטערע זון בעפאר אים, ר' אהרן און ליפא, האט זיך צו אים געבעטן ווי צו א גזלן ער זאל זיך לערנען פון זיין אחיו הגדול און נישט פונעם צווייטן ביק, ער זאל אויפשטיין פארטאגס, דאווענען ווי א מענטש, לערנען א ווארט, ער האט צו אים געוויינט, "ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע", דו האסט צוויי ברודער, איינער איז חיים מיט טוב, תורה מיט יראת שמים, אפגעהיטן און ערליך, פרום און חסידי'ש, א כליל המעלות פאר א בחור א תפארת בית אבותיו הקדושים, און דער צווייטער איז מות מיט רע, גאל מיט לעבער, ביטער און שלעכט, א הפקר אינג וואס ליינט שמוציגע צייטונגען, "החיים והמות נתתי לפניך הברכה והקללה", קוק אן דעם חילוק פון די צוויי, דער גרויסער איז מיר א כבוד לתפארת בית אבותי, ער איז מיר א פראכט און שטאלץ וואו איך גיי, יעדער קוקט אויף אים ארויף, ממש א ברכה צו מאכן, אויף אים זאגט דער פעטער – רבינו הק' בעל דברי יואל ובעל ויואל משה זי"ע – פאר ר' נתן יוסף'ן: "ברענג מיר אהער נאך אזא בחור ווי דעם סיגוט'ער רב'ס זון [ר'] אהרן", און דער צווייטער איז מיר א קללה אין שטוב, עגל שעשה משה, בעט איך דיך בתחנונים, "ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך", זעץ זיך לערנען וועט עפעס פון דיר אויסוואקסן, סיי בתורה ויראת שמים, און בעיקר צו ברעכן דיינע שטאלצע אנגעגעסענע מדות גרועות.
אמאל אלס בחור האט דער משגיח פון דער סיגעט'ער ישיבה, אים געכאפט טאן מעשים אשר לא יעשו, און דער משגיח האט עס פארציילט פארן ברך משה זי"ע, דער ברך משה זי"ע האט דערפון געהאט גרויס צער, און ער האט אריינגערופען זיין זלמניו, און אים שטארק אויסגע'מוסר'ט, און ער האט ווייטער פארגעהאלטען "פארוואס קענסטו דיך נישט אויפפירען ווי דיין ברודער?".
וואו אויך פארציילען די סיגוט'טער מתפללים, אז אויפן אויסדריקליכן באפעל פון זיין טאטן דער ברך משה זי''ע, האט ר' זלמניו איין גאנצע יאר צייט נישט געמעגט גיין אין מקוה, ווייל זיין טאטע האט אים געכאפט און סיגוטער מקוה מיט א מעשה נבלה, אזא סארט פון וואס נחום רז"ב וואלט היינט געמאכט מטעמים, וד"ל.
ההמשך יבוא!
ווער עס האט אונפארמאציע איבער דער פארגאנגעהייט פון דעם בן השלישי זאל עס אריין שיקען וואו שנעלער!
תוקן על ידי בלעקבערי ב- 31/08/2009 21:25:27
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 18:19 |
|
| |
זיינע גוטע פריינט.
פארשטייט זיך אז קיין סאך גוטע פריינט האט ער זיך נישט קונה געווען מיט אזא מין "בלאזען" התנהגות, דעריבער האט ער זיך אנגעהויבן חבר'ען מיט גאר שוואכע חברים. אדרבה, קוקט זיך היינט אום אויף זיין ארום; ווער פון זיי זענען זיינע יוגנט פריינט? און פארוואס דאס מערסטע טייל סיגעטער תלמידים געהערן זיך אן צו זיין ברודער, האדמו"ר מהר"א? – ולזלמן פתרונים.
אין א שריט צו ווערן א "מענטש צווישן מענטשן" האט ער זיך אויך אנגעהויבן פיצן, אנגעטאן שיינע ברילן, (נאך ביז לעצטענס האט ער געליטן אויף די מחלה פון "ברילן", זיך געטוישט די ברילן פארנדיג אויף ארץ ישראל, אויסצוקוקן "הייליגער" און געפעלן פאר די ירושלים'ער סאבראס, נאכאמאל געטוישט אויף "בעסערע" גלעזער ווען ער איז צוריקגעקומען קיין אמעריקא, צו געפעלן פאר די "....וויטש'עס", און – א דריי מיט די פינגער – ווידעראמאל געטוישט די גלעזער, זיך גרייטנדיג צו ווערן ממלא מקום).
פון זיין פריעסטן יוגנט ביז ממש לעצטנס האט ער גאר שטארק מקפיד געווען זיך צו זייפן ווי עס באדארף צו זיין יעדן טאג. ר' צ.וו. פארציילט אז דער ברך משה זי"ע האט אים אמאל נאכען זיך זוימען און מקוה אזא לאנגע צייט, אנגעשריגען, "מען קען דיר שוין זאלצען, האסט דיך שוין געווייקט א שעה"... דער ברך משה האט עכ"פ געמיינט אז ר' זלמניו איז א חסידישער לאבאץ, וואס ווייקט זיך אין מקווה, ער האט נישט געוויסט אז ר' זלמניו שטייט אין שויער און זייפט זיך אפ מיט אלע שבעת המינים, פון אלע זייטן אויבן, אונטען, וכאיש גבורתו, וד"ל.
אמאל אלס ערוואקסענער בחור האט דער ברך משה אים געכאפט מיט א שפיגעלע אין די קעשענע. ר' זלמניו אין א דראסטישן שריט פון פארטיידיגונג, האט זיך ריענטירט און אויפגעקומען מיט א וואזשנע המצאה, זיך פארענפערט פארן ברך משה אז ער דארף עס פאר די תפילין... נאר דאס האט אויסגעפעלט... דער ברך משה האט אנגעהויבן מאכען קולות, "א בחור אין דיינע יארן זאל נישט וויסן פון די תשובה פונעם הייליגען דברי חיים, וואס ער שרייבט אויף ניצן א שפיגעלע, "מנהג בורות", און נאכדערצו א אייניקל פון דברי חיים?". און דער ברך משה האט צוגעלייגט מיט א ביטער געשריי: "מיט דיין ברודער [ר'] אהרן שפיגלט זיך דער פעטער [רביה"ק זי"ע], און "דו" דארפסט א שפיגל אין טאש"?...
דער ברך משה האט זיך ממש נישט געקענט איינהאלטן פון די חוצפה אז א חסידי'שער בחור א בנש"ק זאל זיך צו דרייען מיט א שפיגעלע אין טאש. באלד איז ער דאס געלאפן דערציילן פאר זיין מגיד שיעור, רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר וומסב"ג, ר' מנשה (ווי מ'פלעגט אים דאן רופן) האט דאס ממש נישט געגלויבט, און יענעם טאג ביים שיעור האט ער א לאנגע צייט מאריך געווען אין שו"ע יורה דעה סי' קנ"ו ווי דער מחבר פסק'עט אז "אסור לאיש להסתכל במראה, משום לא ילבש גבר, אלא אם כן משום רפואה". און ער האט דאן סארקאסטיש אויסגעפירט, א בחור וואס דרייט זיך מיט א שפיגל אין טאש, נאכדערצו א בנן של קדושים, קען אפשר זיין א ריכטיגער חולה נפש, און ס'גייט אריין אין כלל פון משום רפואה... ר' זלמן האט געכאפט דעם ווינק, און אויך ר' מנשה איז ארויף אויף זיין שווארצע ליסטע. אין די פאלגענדע יארן האט ער זיך מיט אים קיינמאל נישט באפריינדעט, נישט געגאנגען צו אים אלס זיין כלומר'שטע "רבו שלמדו תורה", נישט געקוקט אויף זיין ריכטונג (וואס מיר וועלן נאך ברייטער אויסשמועסן שפעטער), ביז אין יאר תשנ"ט ווען ס'האט גובר געווען דער "כסף יענה" פון המנוח ר' וויגדער, זאל רוען אין ליכטיגן גימ"ל...
די סיגעטע מתפללים דערציילען אלע, אז דער ברך משה האט כסדר געדארפט דעם קליינעם זלמניו אונטערציפן אז ער זאל דאווענען א אידיש ווארט, ער פרעגט זיך א גאנצען דאווענען ארום שטיפן מיט זיין ברידער ליפא. איין מאל האט זיך דער ברך משה גאר שטארק צו בייזערט אויף דעם קליינעם זלמניו ברבים, אינמיטן די הויכע שמונה עשרה שבת ביי שחרית, און ער אים גוט אנגעשריגען: "פארוואס קענסטו נישט דאווענען וואו דיין ברידער [ר'] אהרן". פארשטייט זיך אז ר' זלמניו האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אין זיין באליבטע סטראטעגיע, א "בלאזן" אקציע, "בלאזן", און "בלאזן".
די געבאקענע "קנאה"
אלזא, דער ברך משה כסדר ווען ער פלעגט מוסר זאגן זיין ר' זלמניו, פלעגט ער אים צושטעלן דעם קאנטראסט, פארוואס ער קען נישט זיין א - - - ר' אהרן. דאס איז געווען ממש זיין געוואוינהייט (וואס איז לכאורה נישט היינטיג-אויסגעהאלטן), און אזוי פלעגט ער טוהן מיט אלע זיינע קינדער, ער האט זיי אייביג פארגעהאלטן: "פארוואס קענסטו נישט זיין וואו דיין ברודער [ר'] אהרן"?
דאס האט אנגעהויבן בויען גאר א שטארקע האס אין דעם הערצעלע פון דעם קליינעם זלמניו צו זיין עלטערער ברודער ר' אהרן, ער האט כסדר געשפירט, אז ר' אהרן פארטינקלט אים, און נעמט אוועק זיין גלאנץ, כ'מיין זיין "שפיגעלע"...
אבער האדמו"ר מהר"א שליט"א פארקערט, האט אים יא כסדר מקרב געווען, ער האט שטענדיג פרובירט צו לערנען מיט אים, און אים אפילו געהאלפען זיך פארקוקען א תורה'לע, ער זאל קענען עפעס נאכזאגען ביים שבת טיש, (א שטייגער ווי דער ראש הכולל פון וויליאמסבורג הגאון רבי הירצקא צוויבל שליט"א פלעגט טוהן יארן לאנג בעפאר שבת הגדול און שבת שובה, וואס יעדער האט געזען אין כולל אויף קליימער), אבער עס האט קיין סאך נישט געהאלפען, ר' זלמניו'ס קאפ איז שוין געווען אין ליפא'ס מאגאזינען, און ביי די שפיגעלע, עס איז שוין נישט געווען צופיל וואס צו מאכען מיט אים, און דער ברך משה האט געהאפט אז ער זאל כאטשיג אויסוואקסן א פלעינער בנש"ק'ל, מיט א שוהל'יכל, אד"ג.
די "הערצה" ביי די אייגענע "חסידים"... פארוואס?!
בעפאר מיר גייען ווייטער צו שילדערן די ביאגראפיע פון אונזער נועם המדות ר' זלמניו, מוזן מיר מאכן א קורצע באמערקונג, וואס ווארפט א ליכט אויף דעם פארנעפעלטן געזיכט און וועט אביסל פארענטפערן די געוואלדיגע פליאה עצומה וואס דריקט די מוחות פון יעדן וואס פארשטייט אביסל צו "חסידות".
לאמיר זיך באטראכטן אויף א וויילע, אין דעם מציאות צו וועלכן מיר אלע זענען טאג טעגליך עדות.
דאס ברענגן ר' זלמן לייב קיין וויליאמסבורג איז לכאורה געווען דאס גרעסטע שטורעם זינט די צווייטע וועלט מלחמה איבער א רבנות, ס'האט אויסגעבראכן א וואלקאן אין סאטמאר, און די הייסע לאווע שפריצט נאך היינט איבער דער גארער וועלט.
ער איז געווארן רב מיט פאליס, מיט א קאורט, אלע חסידים פון זיין טאטן דער ברך משה זענען געווען דערקעגן, (אחוץ געציילטע מיט ענגע אינטערעסן), רובא דרובא פון "קהל" האט זיך עפענטליך ארויסגעשטעלט, בלויז די דאן-אויסגעשפיגענע פון סאטמאר, די אנגעווייטאגטע מיט שנאה אויף זיין טאטן מכח די גרענצילאזע "אהבה מוסתרת" האבן זיך דערצו צוגעכאפט, און אזוי ארום איז אים געלונגען עפעס צו פארכאפן, און נאכאמאל, מיט די הילף פון פאליס.
די אלע "פרישע חסידים" וועלכע זענען נארוואס "צוריקגעקומען" האבן זיך איינגערעדט אז אין אים וועלן זיי טרעפן את שאהבה נפשם, זיי האבן איבערגעלאזט סאטמאר ווייל זיי האבן פשוט נישט געקענט "פארנעמען" ווי מ'ווארפט מענטשן, מ'איז מקפח פרנסות, מ'איז מבזה אידן, אבער דערווייל האט זיך דאס ארויסגעשטעלט צו זיין א טעות מוחלט, און נאך מיט א טשמיטשיק אריבער.
אין זיינע ערשטע תקופות עד היום הזה האט מען צוגענומען פרנסות פון אידן וועלכע בלוטיגן נאך היינט פאר א דאללער, מ'האט בא'גזל'ט און מקפח געווען אומשולדיגע משפחות וועלכע זענען נישט "געגאנגען אין שפאן" (איר קענט דעם אויסדריק?...), מ'האט ארויסגעווארפן על לא עוול בכפם איינגעשטעלטע, ארויסגעשטעלט קהלה לייט, צוגענומען פאסטענס, א שטייגער ווי (ואין מוקדם ומאוחר):
- המנוח הקדוש מו"ה יוסף ב"ר משה פראממער ה' ינקום דמו. - יבלח"ט: ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו סגן משמש בביהמ"ד הגדול. - ר' אשר אנשיל שווארץ הי"ו מנהל כללי של משרד מוסדות יטב לב בעיה"ק ירושלים תובב"א. - הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ ומנה"ר בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' צבי פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א שו"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' רזיאל יודא בערקאוויטש שליט"א שו"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - האברך מו"ה משה חיים בערקאוויטש הי"ו מנהל גשמי בישיבה קטנה בנין עסטרייכער. - מו"ה שלמה זלמן ווייס הי"ו עסקן נמרץ לטובת די 82 מוסדות. - הרה"ח מו"ה ברוך מרדכי ליכטנשטיין שליט"א מנהל רוחני בבית חינוך לבנות בית רחל. - ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו מנהל מקוה טהרה אין ווילאמסבורג. – ר' שלמה הלוי ווערצבערגער הי"ו משמש קהל יטב לב ד'סאטמאר – ר' חיים אליעזר גראס הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול - ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול - ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו גבאי ביהמ"ד תהלות יואל. - ר' שמואל ראזענפעלד הי"ו גבאי ביהמ"ד תהלות יואל. - הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד התאחדות האברכים בניני זופניק. - הרה"ח ר' הלל יושע קליין הי"ו צוגענומען די חזקה פון זאגן "ה' מלך" בס"ג אין ביהמ"ד אויף קליימער סט. - הרה"ח מו"ה יודא יעקב הלוי ווערצבערגער הי"ו בעל קורא מומחה בביהמ"ד הגדול. - ר' חיים דוד גראס הי"ו גבאי בית המדרש ק"ק יטב לב ב"פ. - ר' זעליג שעהנפעלד הי"ו גבאי בית המדרש ק"ק יטב לב ב"פ. - הרה"ג ר' אורי שווארץ שליט"א מנכ"ל דמוסדות קרית יואל, (געמאכט דעם ברך משה קאלן אויפן טעלעפאון אים ארויסצואווארפן). - מבזה געווען ברבים הרה"ח ר' דוד הויער הי"ו. - מבזה געווען און געשלאגן ברבים הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער הי"ו חוה"מ סוכות תש"ס אין די סוכה פון ברך משה, פארנט פון ר' זלמן לייב פערזענליך. - מבזה געווען און באשריגן הרה"ח ר' יקותיאל צבי הלוי ווערצבערגער הי"ו, תלמיד רביה"ק זי"ע פון קראלי. - מצער געווען און מערערע מאל מבזה געווען הרה"ח ר' יוסף יהושע גראס ז"ל, דער משב"ק האט אים "אנגעשפיגן" (יא, איר הערט גוט!) און מ'האט אים בא'שייגעץ'ט פארנט פון ר' זלמן לייב'ן עטליכע מאל אין ביהמ"ד הגדול. - פארשפארט בתי מדרשים פון אברכים יקרים מפארי בני הקהלה בוויליאמסבורג, וואס האט שפעטער געפירט צו עפענען דעם ביהמ"ד ויואל משה אויף ראסס סטריט. - אויפגעזאגט הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד התלמידים פון זיין מוהל ביי ברית'ן אין ביהמ"ד הגדול. - ארויסגעשטעלט הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ בוומ"ב פון לערנען בחברותא מיט רבינו הברך משה זי"ע. ווי פארשטענדליך אז די ליסטע איז נאך לאנג, מיר האבן בלויז געברענגט א טיילווייזע רשימה.
כדי אפצושטילן דעם קול מחאה פונעם ציבור האבן זיי אין אומגעלונגענע שריט גע'אסור'ט דריסת הרגל אין די בתי מדרשים, פאר: - ר' מענדל גאלדבערגער ני"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יצחק קארצאג הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יעקב חיים דייטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' זאב בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יעקב בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט לפ"ק). - ר' זאב לאנדא הי"ו. - ר' מנחם מענדל יאנקאוויטש הי"ו. - ר' חיים ווערצבערגער הי"ו (שב"ק ויחי תשס"א). - ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' בערל ווייס הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א לפ"ק). - ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' ארי' לייבוש ט"ב הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר'יעקב יאקבאוויטש הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' מנחם דוב ווידער הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' שמעון ישראל קליין הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א).
עס איז אדורך עטליכע יאר, ער האט געווארפן רעכטס און לינקס, אבער זיינע פרישע חסידים האבן אים אלעמאל פארטיידיגט און גערעכט געגעבן, אלעס האט מחפה געווען, די דיינים זענען געווען שטיל, מ'איז נישט געגאנגען צו דין תורה און אלעס האט געשוויגן; מ'האט גערופן איינמאל אין קאורט, נאכאמאל אין קאורט, און אלעס האט געמאכט א שתיקה; מ'פירט אן א פריצות'דיגן תועבה'דיגן חתונה זאל אין הארץ פון וויליאמסבורג, ווייטער שטיל; ער האט גע'מסור'ט איבער א "קרוין" און איינגעזעצט צוויי אומשולדיגע בחורים אין צענטראל בוקינג אויף ליל שב"ק חוה"מ סוכות תשס"ב, און ס'איז ווידער שטיל; מ'האט מלשין געווען ביי די פאליציי אויף ר' עזריאל מאיר קאהן ני"ו אז ער האט פארשאטפט שלעסער אין ביהמ"ד הגדול און מ'גייט זיך בעטן ביים דיין שליט"א, ווידער שטיל; מ'קלאגט אין קאורט די ראשי הקהלה אז זיי האבן פארקויפט זיצן אין ביהמ"ד הגדול, אבער ס'איז ווידער שא שטיל; בין כסא לעשור תשס"ב לפ"ק איז מען מלשין אויף 11 אינגעלייט אז זיי האבן געשטערט דעם רבי'ןס טיש, ווידער שטיל; דינטאג ויצא תשס"ב שרייבט יעקב הערש ווייס (מקורו מטאהש) א קלאגע איינצוזעצן ר' משה יעקב יוסף בראך ני"ו, ווידער שטיל; מ'סטראשעט דעם משמש מו"ה שלמה ווערצבערגער הי"ו אז ער וועט פארלירן זיין פרנסה אויף ער וועט נישט אויך אונטערשרייבן די מסירה, ווידער שטיל; נאך שבת חנוכה תשס"ב קלאגט מען האברך מו"ה יואל איצקאוויטש ני"ו זייענדיג אין זיין שנה ראשונה, ווידער שטיל; מ'גיבט איבער די פריוואטע "בוירט סערטיפיקאטן" פון בחורי הישיבה אין קרית יואל, דורך דעם אפיס פון 82 מוסדות, כדי זיי צו קלאגן איבער פעלשן די וואלן אין קרית יואל, ווידער שטיל; אקיצור, ס'איז אנטשטאנען א שטילשווייגעניש אויף די שענדליכע פעולות פון ר' זלמניו.
ס'האט אמת'דיג אויסגעזען אז ער האט באמת באקומען "הייסע געשוואוירענע חסידים" וועלכע גייען פאר זייער רבי'ן אין פייער, מ'נעמט זיך אן פאר אים מיטן שארפסטן, מ'פארטיידיגט אים ביז צום נאפל, אלעס כדי צו פארענטפערן די געטשקע און "לוחם זיין מיט דעם [ר'] אהרן'ען".
עולם כמנהגו נוהג, זיין טאטע רביה"ק דער ברך משה זי"ע איז עלה לגנזי מרומים, ער ווערט "אויפגענומען" למלא מקומו מיט די צושטימונג פון עפעס א צוואה, די דיינים טאנצן קדוש און שרייבן אז זיי האבן דאס אליינס געהערט מפה קדשו א' חיי שרה תש"ס. (זיי האבן פארגעסן אז "מיר אלע" האבן דאן געזען דעם אמת'ן רצון און ווי מ'האט אים אונטערגעשמירט דעם צעטל...), ליפא שווערט זיך ביים ברית קודש אז דאס איז געווען דעם טאטן'ס רצון און ווער ס'טראכט אנדערש איז א שקרן, מרדכי דוד זאגט עדות, אלעס איז פארהערליכט און פארערט, און ס'איז ביי אים אין הארץ צו האפן אז מיט אזעלכע חסידים וואס פארטיידיגן אים אויף אזעלכע אופנים שונים ומשונים איז צו ערווארטן א קנאקעדיגן חסידות מיט א רבי'ן א נועם המדות בראש, וואס וועט געבן סיפוק פאר די חסידים און זיי דינען שענער ווי אלע רבי'ס מימות הבעל שם טוב עד הבראדער, להבדיל.
שטייט מען יעצט בשנת שלש למלכו, נאך איבער דריי יאר פון זיין זעלבסט גע'גנב'עטע רביסטעווע, און מ'דערזעט זיך מיט דעם פאקט, אז אפילו די מענטשן וואס האבן שוין יא געפייט פאר אים זענען בלויז דא אויף זיך צו שלאגן און זיך קריגן, זיי וועלן קומען לאכן צו נעילת החג און שושן פורים, אבער וועלן פאר קיין שום פרייז אין די וועלט נישט אריינגיין צו אים ווען זיי דארפן מאכן א ערנסטע דעיסיזשן אין לעבן.
ס'קוקט אויס ווי ס'איז ממש אן אומאפציעלע ביי-לאו אין זייערע שטאטוטן אז מען טאר צום רבי'ן ביי קיין שום געלעגנהייט איבער נארמאלע ארוזאכן; מ'טאר אים נישט פרעגן איבער א נאמען ווען מען האט א קינד, געבן סנדקאות, לייגן תפילין פאר א בר מצוה בחור, אריין גיין זיך פראווען מיט א קוויטל, זיך אדורך רעדן שידוכים, עניני רפואה, מסחר, אין עניני חינוך, קיינמאל און טאקע ממש "קיינמאל" איז ער נישט קיין אדרעס פאר זיינע מענטשן, מ'וועט ענדערש גיין צו אלע בייזע רוחות, מקובלים, חאכאם'ס, באבא'ס, אבער נישט צו אים.
נישט קיין פלא?
יעדע ערנסטע מאמענט אין יאר ווי א' סליחות, ראש השנה, יום כיפור, סוכות ביי די נענועים, הושענא רבה צו די דרשה, הקפות, די צייטן ווען די וועלט האט "געדונערט" מיט די עבודה אין סאטמאר, טרעטן זיי נישט צו אים אריין, נאר אין שושן פורים ווען מען מאכט ליצנות אין פאר פאטא-אפ ביי נעילת החג דעמאלס גייען זיי צו אים, ממש ווי צו א פילגש אויף שלא כדרכה.
פארוואס איז דאס?
נאכמער טאמער ס'געפינען זיך אפ עפעס בחור'לעך וואס האלטן יא פון אים, אבער ווען זיי קומען אין קווינס ישיבה ווערן זיי תיכף אפיקרוסים אין אים.
פארוואס איז דאס אזוי? וואס איז דא געשען אז "זיינע חסידים" אידענטעפעצירן זיך נישט מיט אים, ממש "קיינמאל"?
נאר, ווען מ'באטראכט זיך ארום און ארום די התנהגות פון ר' זלמניו אין זיינע אינגע יארן, מ'זעט אפס קצהו וויאזוי דער קאפ פונעם נועם מדות איז פוסט און וויסט, ס'איז ליידיג פון יעדע דבר שבקדושה, ווייסן די "אייגענע חסידים" צו שטיין ווייט, און ענדערש לויפן קיין סקולען, פשעווארסק, און ווייטער.
דאס איז דער ריינער תירוץ אויף זיין חסידות אויף אויף די התנהגות פון זיינע אייגענע חסידים, וואס דער הייליגער קאצעקער רבי זי"ע האט געזאגט א הייליג ווארט: "אז מען איז נישט קיין רבי ביי די 7 יאר, איז מען נישט קיין רבי ביי די 70 יאר". – אז מען פירט זיך נישט הייליג ביי די יונגע יארן, מען לערנט נישט, מען דאווענט נישט, מ'ליידיגט אפ די צייט, קען מען האקן און בראקן, מ'קען פאפן און שמייכלען, מ'קען גיין אין ווייסע בעקטישעס (אפילו אינדערוואכן אין קעמפ), מ'קען טאנצן מיט די קרומע קאפ און גלאנציגע שוך ביי מצוה טאנץ, אבער קיין רבי איז מען נישט.
מיר ווייסן, און זיינע א.ג. חסידים ווייסן, אז דער חילוק צווישן ר' זלמן לייב און ליפא איז איין זאך: די שווארצע זאקן!
ר' זלמן לייב האט אלע יארן געפאפט, פאר מענטשן וואס האבן אים נישט געקענט פון די נאנט האבן געמיינט אז ער א "עווריזש בחור", אבער פאר די מענטשן וואס האבן זיך מיט אים געדרייט און האבן אים געקענט פין די נאנט, האבן געוויסט אז ער איז א סכנה צו זיין א חבר, ער איז א שורש פורה ראש ולענה, א סארט בחור וואס איז אוחז במעשה עשו הרשע וואס האט געפאפט זיין טאטן יצחק אבינו מיט די שאלה פון "אבא היאך מעשרין את התבן ואת המלח", אזוי האט ר' זלמן געפאפט זיין טאטע מיט די שאלה פון "אבא איזה ברכה מברכים על אראנזש זשוס"...
כאפט מיר נישט ביים גענאק אז כ'בין מדמה אן אייניקל פון הייליגן ישמח משה צו עשו הרשע, מיר וועלן בלויז ציען א בענדל צווישן די צוויי, אויך עשו הרשע האט געהאט א לאנגע בארד מיט א ווייסע בעקיטשע, ווי דתן ואבירם, און נאר ווען עשו איז זיך געקומען שלאגן מיט יעקב אבינו האט ער מיטגעברענגט זיינע 400 מענטשן, ווען די 400 שלעגרעס האבן געזעהן אז עשו שלאגט זיך נישט, ס'איז נישטא קיין "עקשאן", מ'דארף אונז נישט פאר די בילדער, האבן אים זיי אלע איבער געלאזט, דו"ק ותמצא נחת.
עכ"פ דאס איז אונזער בנ'אק, אזוי איז ער געוואקסן, פוסט, ליידיג, וויסט, און לער. און צו דעם זענען די בעסטע עדות די אייגענע חסידים.
אין קומענדיגן קאפיטל:
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 19:01 |
|
| |
ס'ליגט אין דעם ארטיקל ארבעט. אבער: ס'איז נעריש נעריש נעריש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 19:31 |
|
| |
בכלל נישט נאריש איך וויל טאקע וויסן די היסטארי
|
|
|
|
|