די זאליס האבן שוין ענדליך נאך א נפטר צו לייגן אין פאלאק'ס לאט.
אבער דערווייל מוז מען זיך נאך אביסל שלאגן אויף דעם נפטר. ווייל די סיטי מעדיקעל עקזעמינער גיט נאך נישט ארויס דעם קערפער, -און מ'פלאנט א גרויסארטיגע דעמאנסטראציע קעגן די פארשאלטענע סיטי
עס האנדעלט זיך אין די געפערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט נעכטן, א' כי תבוא, ווען מ'האט ליידער געפונען א חלל לעבן גאלדען פלאו, מ'ווייסט נישט ווער עס האט אים אומגעברענגט רח"ל.
אבער ארומקוקענדיג האט מען זיך דערזעהן אז ער איז דער ריכטיגער קאנדידאט צו לייגן אין פאלאקס לאט - די ארונים ווילן דאך אין נישט לייגן אין ביה"ח ישן נושן, וועט מען מאכן א מעכטיגע לויה און מ'וועט נאכאמאל שרייען גנבים גזלנים חמסנים !
אלעס איז שוין מער ווינציגער מסודר. די בני יואל געבן שוין די מקוה זייערע, אברהם הערש וויינשטאק, חיים שלמה וויינטשאק מיט יודעלע וויינטשאק האבן שוין אן הויכע בוצעס, און זענען שוין גרייט... אבער די סיטי איז פאר'עקשנ'ט.
מ'דארף איינרייסן אז די סיטי זאל ארויסגעבן דעם נפטר וועלכער ווערט געהאלטן אויף די זון שוין 19 שעה אינעם אומבולאנס.
און אלעס איז שולדיג דער סעגעדין (!)
ומכאן מודעה רבה לאורייתא.
אויב וועט מען חלילה נישט קענען לייגן דעם נפטר אין פאלאק'ס לאט, איז עס נישט אונזער שולד. מיר זענען גרייט, נאר די ארונים זענען שולדיג ! מיר וואלטן שוין געקענט האבן 2 נפשות, והקולר תלוי בצואריכם!
די פורים בית דין האט געשיקט א בריוו צום מעדיקעל עקזימענער'ס אפיס, שוין ארויסצוגעבן דעם נפטר...
נשלח ב-31/8/2009 23:17
איך הער אז דער שפיטיווקער נעמט יעצט כופר נפש דארט
נשלח ב-31/8/2009 23:22
אין יאשקע שטעלט יעצט צאם א קליפ, ווי די בחורים זינגען ושמחת בחגיך.
נשלח ב-3/1/2010 06:11
SatmarHQ: BDE: R'Duvid Simcha Hochizer u"h(60's/Monsey) Lvaya 1:00 @ B"m Charidim KY, then to new chelko of KY Bais Hachaiyim. Bsiros Tovos!!
נשלח ב-3/1/2010 15:12
פון וועמען פונקליך טרייבט איהר דא ליצנות פון דעם בר מינן ל"ע? פון מר. פאלאק? אדער פון ענק אליין...
נשלח ב-3/1/2010 23:25
SatmarBum כתב:
SatmarHQ: BDE: R'Duvid Simcha Hochizer u"h(60's/Monsey) Lvaya 1:00 @ B"m Charidim KY, then to new chelko of KY Bais Hachaiyim. Bsiros Tovos!!
ווען די מעשה וואלט ח''ו געווען פארקערט וואלטען די ארונים נישט געקענט באערדיגען קיין 6 ב''מ אן קיין פערמיט
ביי די ארונים איז ב''ה נישט דער מושג פין מסירה, דארט ליגען שוין 7 מענטשן אן א פערמיט אין קיינער זאגט נישט קיין ווארט.
(חוץ לויט די מתנחל'ישע בני זאלי'ס וואס לויט זיין ווען א נתבע געווינט א קעיס קעגן א הולך לערכעות ווער ער א 'מסור')
נשלח ב-3/1/2010 23:30
רעב יאנקל, דיין תגובה דארף דינען אלס דערמאנונג פאר די רשעי הקהלה פון מאנרא זאלן ח"ו נישט פארגעסן צו מסור'ן אז דער נייער ביה"ח האט שוין ליידער מער ווי די ערלויבטע צאל מתים ל"ע, האב איך גוט פארשטאנען?
נשלח ב-3/1/2010 23:30
איז דאס ר' דוד שמחה פון טאהש?
א איד א מתמיד עצום א ירא שמים מרבים, פארברענט וועלן ווערן די הענט וואס מישן אין די הייסע קוילן.
וואס פארא קשר האט דאס מיט א משעה פון גאלדען פלאו וואס האט פאסירט 6 חדשים פריער?
נשלח ב-3/1/2010 23:39
יא ליידער ליידער איז דאס אונזער חשובע'ר ר' דוד שמחה ז"ל, א מוסטער פון א איד, זאל ער מליץ יושר זיין. די גאנצע קיגל דא איז געמאכט געווארן בייזוויליג דורך א אהרויני וועלכער פארטראגט נעבעך נישט אז נאך א איד געפינט א מקום מנוחה אין קרית יואל און שטעלט דאס צוזאם מיט א אלטע פרשה וואס האט קיין שום שייכות אהער.
ר' דוד שמחה האט יארן געוואוינט אין טאהש און האט אויפגעשטעלט א הערליך דור, אסאך אידן אין ניו יארק קענען אים צוליב וואס ער פלעגט פארידנגען דירה'לעך אין טאהש אויף שבתים וכדו'. ליידער איז ער געווען א שטארקע מיטגעמאכטע איד אבער פארט פול מיט שמחת החיים און סיפוק הנפש. זיין הויז האט אפגעברענט אין א פרייטאג צונאכטס עטליכע יאר צוריק (אנגעבליך דורך שבת ליכט פון געסט וואס זענען דארט איינגעשטאנען רח"ל). די הויז איז געבליבן האלב שטיין און די שטאט האט פון אים געפאדערט ער זאל דאס איינווארפן, געלט האט ער נישט געהאט, דעריבער האט די שטאט דאס אליינס געטון און האבן דערנאך געשיקט גרויסע ביל'ס און קנסות. באצאלן האט ער נישט געקענט, דעריבער האט די שטאט ארויפגעלייגט א לי'ן ער זאל נישט קענען צוריק אויפבויען ביז ער באצאלט, געלט האט הער ווייטער נישט געהאט, האט ער זיך געצויגן צו א געדינגענע דירה אין מאנסי.
ער האט נאך אלע מעשיות נישט נאכגעלאזט פון זיין התמדה.
ז"ל
נשלח ב-3/1/2010 23:53
"פארברענט וועלן ווערן די הענט וואס מישן אין די הייסע קוילן."
נישט שעלטן קיין אידן, פאקטיש איז ער נישט שולדיג אז מ'האט אים געלייגט אין א מקום וואס איז געגרינדעט געווארן דורכ'ן סירוב לדין תורה לעיני השמש. איך גלייב נישט אז דאס איז געווען זיין אייגענער רצון, נאכדערצו אז די שרייבסט אז ער איז געווען א פיינער איד.
זאל דער נשמה האבן א עלי'.
נשלח ב-4/1/2010 00:13
די פאלאקס לאט איז געגרינדערט געווארן מיט איין ציל עוקר צו זיין די תורה הק' צו זיין מסרבים לדין.
נישט אומזינסט ליגן דארט נאר מאנגאס, און נעבעךס.
נשלח ב-4/1/2010 00:45
נפל די שעלסט אימזינסט ווייל דער אשכול איז שוין געפענט געווארען אינמיטן זימער, למעשה האבען ענק נישט באקומען יענעם נפטר פין גאלדען פלוי.... אין קווינסבאם האט אריינגעפעיסט זיין תגובה אין דעם אשכול. בארואיג דיך.
סיי וויאזוי, אויב איז ער אזא חשוב'ע איד, ווי האבען זיינע קינדער זיך נישט געשעמט צו לייגען זייער טאטע אין א בית הקברות וואס איז געגרינדט געווארען כדי מ'זאל קענען מסרב זיין אין קלאגען אין ערכעות???
נשלח ב-4/1/2010 03:24
הצג 15 הודעות בעמוד
נשלח ב-4/1/2010 01:40
אהרונישע השחתה און בזיון נפטרים האלטן אן
נעכטן איז ל"ע אוועק פון די וועלט גאר א חשוב'ער איד הרה"ח ר' דוד שמחה האכהייזער ע"ה, אין בליענדן עלטער פון 60 יאר, נאר א ביטערע מחלה ל"ע.
דעם נפטר האט מען מקבר געווען אין בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל, אין די נייע חלקה.
די אהרונים האבן דאך א מנהג, אז יעדעם יחיד'ס בלוט איז הפקר אויב קענען דערפון ארויסקומען אפילו די מינדענסטע טובה הנאה, פאר זייער עבודה זרה. זיי וועלן זיך נישט צוריקהאלטן צו טרינקען יענעמס בלוט.
האבן זיי טאקע אנגעהויבן א שמוץ אטאקע קעגן הר"ר דוד שמחה ע"ה. נוצנדיג ווערטער, אפגעשליסען אוןאפגעריסען.
דערצו האבן זיי מבזה געווען זיינע קינדער און משפחה שרייבנדיג: פארשטייט זיך אז עס איזגעווען א חסד של אמת, עס איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אום קוקען אויף איםנעבעך.
פארשטייט אז ס'איז שקר וכזב, אמת אז ר' דוד שמחה האט ליידער מיטגעמאכט יסורים, אבער ער האט דאס מקבל געווען, און ווייטער עוסק געווען בתורה שעות לאנג, אזוי ווי זיין גאנץ לעבן.
אויסער דעם האט ער זייער א חשוב'ע משפחה פון קינדער און איידעמער, און חס ושלום אז איינער זאל טראכטן פאר א רגע אז זיי האבן זיך נישט אומגעקוקט וכדומה. זיי האבן פשוט געמאכט זייער החלטה ווי אים צו ברענגען לקבר ישראל, אן זיך דורכרעדן מיט ר' אהרן טייטלבוים חסידים און היידפארק שרייבערס.