א מעטיגע פשטעל פארוואס די סאטמערע ווילן נישט קומען צו די''ת (סוי פארוואס האבען די זאלי'ס אזא מסירת נפש קעגן אינטערשרייבען שטרי בירירון) די מעטיגע המצאה איז אויפגעקומען אין די זאלי פארום/שפתי צדק דורך א באקאנטע בעקער אין די קליינקעפיקע שיקען עס שוין ארום מיט שמחה אויף די אימעיל.
כ'וועל אראפברענגן די תמצית,
נעבעך!
---------- Forwarded message ----------
From: Satmar Report <[email protected]>
Date: 2009/9/1
Subject: Make up your mind!
To:
די ארוינים האבן אזא מנהג צו לייגן אין דער בלאט יעדע 2-3 וואכן אזא סארט נוסח "מסרבים לדין קומט צו דין תורה"
חוץ לויפן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אין קארט און שרייען אין דער בלאט - א צייטונג וואס ווערט סיי ווי נישט געליינט דורך סאטמארע חסידים בכלל און דורך די וועם זיי "רופן" צו דין תורה בפרט - , טוען זיי גארנישט, אויב ווילט איר דין תורה פארוואס שיקט איר נישט קיין הזמנה? אויב ווילט איר דין תורה פארוואס זאגט איר דאס נאר אין א צייטונג וואס ווערט נישט געליינט דורכן צווייטן צד?
{יענקל: קיין פאסט קוקען ענק אויך נישט??, אדרבה כ'האלט אז קהל דארף אריינלייגען א איד אינעם משכיל'שען יוד......}
די אמת'ע תירוץ ווייסן מיר: זיי ווילן "נישט" דין תורה, זיי דארפן דאס נאר צו האלטן די קלעבלעך ווארעם - זיי זאלן באצאלן צום צווייטען מאל פאר זיצן וואס געהערט נישט פאר זייער קהל - דעריבער רעדן זיי צו זייערע קלעבלעך און בכלל נישט צו די וועם זיי וואלטן געדארפט רעדן!
יעצט איז נאר די מעשה געווארן אינטערסאנטער, ביז היינט האבן מיר געמיינט אז זיי ווייסן בכלל נישט ווער דער צד שכנגד איז וואראום זיי זענען דאך אומבאמערקטע און אומבאקאנטע פרשוינען, נא אויב ווייסט מען נישט ווער זיי זענען שרייבט מען אין צייטונג, אבער איצטער זענען מיר געוואר געווארן אז זיי ווייסן שוין איינמאל ווער די צד שכנגד איז און אויך ווייסן זיי די פונקטליכע היים-אדרעסן!
יעדער פון זיי האט באקומען א בריוו צו זיך אהיים! וואס שטייט אין דער בריוו וועלן מיר באלד זען, קודם א אנדערע נקודה.
נישט לאנג צוריק איז אוועק א איידעלער אינגערמאן אין קרית יואל, פון די גרעסטע עסקנים פאר יעדען יחיד אפילו פאר חסידים פונם הגה"ק, די ארוינים וועלכע זענען לעת עתה בעל הבית אויפן ביה"ח האבן געפאדערט פון הרה"ח ר' שאול - דער טאטע פונם נפטר אז ער זאל אינטערשרייבן אז ער גיבט אויף אלע תביעות בשם קהל יטב לב, פארשטייט זיך אז ר' שאול האט נישט נאכגעגעבן. צו פארענטפערן דעם אומדערהערטן חוצפה און עזות פון גנב'ענען פון א אויסגעצאלטע מעמבער זיין חלקה אויפן ביה"ח בפרט נאך ווען די תירוץ איז געווען "זיין טאטע..." האבן זיי געניצט א תירוץ אז "דער טאטע" האט נישט געוואלט ארויסגיין פון ערכאות! "מיר האבן געפאדערט ער זאל אינטערשרייבן אז ער איז גרייט צו גיין צו בי"ד, האט זייער בלאט געפאמפעט. פון די אנדערע זייט שטייט ר' שאול און זאגט איר האט קיין בי"ד נישט געפאדערט איר האט געפאדערט א 100%
וויתור א זאך צו וואס איך בין סיי ווי נישט בארעכטיגט!
{יענקל: די ערשטע ליגענט פין שאול - אגב אויב איז ער נישט בארעכטיגט פארוואס קען עס נישט אינטערשרייבען אין ס'וועט דאך ממילא נישט ווערט זיין ווייל ער איז נישט בארעכטיגט?}
נא ווער איז גערעכט?
הער און שטוינט!
כמעט 2 וואכן נאכדעם וואס די ארוינים האבן אפגעהאלטן די קבורה פון ר' עוזיאל יעדע 20 מינוט מיט א אנדערע תירוץ כידוע איינער פון די תירוצים זענען געווען אז היות ער דינט אין קהל יטב לב ד'סאטמאר - קרית יואל וועלכע איז נישט נכנע אינטערן עגל איז ער "אוטאמאטיש" אויסגעשלאסן פון קהל און האט נישט קיין רעכטן פון א מעמבער.
יעצט 2 וואכן דערויף ווערן מיר געוואר אז יענע תירוץ איז געווען א שמואל ווידער בלאט מעשה! באמת איז ער נישט אויסגעשלאסן אוטאמאטיש, וראה זה פלא אלע וועלכע געפינען זיך אויף קהל יטב לב ד'סאטמאר - קרית יואל האבן באקומען א בריוו אז אויב וועלן זיי נישט אינטערשרייבן א געוויסע צעטל ביז 15 טעג וועלן זיי ווערן אויסגעשלאסן פון קהל!
איר פארשטייט? זעט אויס אז דוד עקלשטיין האט זיך נישט קיין סאך גערעכנט מיט דעם אז דער מוח וואשער שמואל ווידער וועט בלייבן צונאר.
ווייטער, וואס פאדערן די ארוינים אין דעם בריוו? אוואדאי אז זיי ווילן דין תורה! ניין? ניין! הערט און שטוינט!
אינם ענוועלאפ איז געווען 2 בלעטער, איינס א בריוו פון קהל יט"ל בראשות הגה"ס ווי זיי קלערן אויף די אומוויסענדע נארישע זאליס מיט וואספארא פייער זיי שפילן! און די צווייטע איז א צעטל וואס די 46 חברי הנהלה דארפן אינטערשרייבן.
די לצים האבן אינם בריוו מיטן לעדער העד געשריבן צום סוף אז זיי זענען זיך גרייט צו שטעלן צו א דין תורה, אבער אינם צווייטען בריוו (אן א לעדער העד, דאס וואס די 46 דארפן אינטערשרייבן) שרייבן זיי קלארע ווערטער "ולא יתעבד בי' דינא לא בדיני ישראל ועל אחת כמה וכמה לא בערכאות של עכו"ם"
איר הערט ווערטער? אויפן לעדערהעט, אויפן צעטל וואס זיי גייען דריקן אין "דער בלאט" שרייבן זיי אז זיי זענען גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אבער אינם חתימה (ביסעלע טינט) פאדערן זיי אז די 46 זענען מוותר אויף "אלע" תביעות און אפילו צו דין תורה וועלן זיי נישט גיין!
מיר זענען גרייט צו קומען צו דין תורה!
מיר זענען "נישט" גרייט צו קומען צו דין תורה
{יענקל: זאלי'ס, ענק וועלן פאר גיין געלט אויף די וועלט נישט קענען באהאלטן ענקער שמיץ, יעדער ווייסט אין זעהט ווער זענען די מסרבים לדין, יעדער גלייבט ענדערש הגאון רבי ישראל דוד הארפענעס ווי שאול פערלשטיין, יעדער האט געזעהן די הזמנה פין קהל אין יעדער ווייטס ענקער ענטפר דערצו איז געווען, אין ''קיינער'' ווייסט נישט וואס ענקער היתר פאר די אלע ערכות'ער זענען}
תוקן על ידי rebyankel ב- 02/09/2009 1:28:30