צווייטער בריוו פון אייער צוקונפטיגן קאונסילמאן
ב"ה
טייערער און געערטער פריינט הי"וֹ
ווי עס איז באוואוסט פאר אלע מיינע חשוב'ע באקאנטע און פאר'ן ברייטן ציבור בכלל האב איך ארויסגעשטעלט מיין נאמען אלס א קאנדידאט פאר'ן 33'סטן קאונסיל דיסטריקט אין ברוקלין, לויפנדיג אונטער א לאנגיעריגן רעקארד פון עסקנות לטובת צרכי הכלל והפרט פון אריבער דרייסיג יאר, כולם שוין לטובה.
מיט א קורצע צייט צוריק האב איך דא אויף די שפאלטנס פון די צייטונג געמאלדן פאר'ן עולם דעם הויפט ציל פארוואס איך האב באשלאסן אונטערצונעמען אויף מיר די גרויסע און האקעלע אויפגאבע צו קאנדידירן פאר א זיץ אין שטאטישן קאונסיל.
ב"ה אז יענער ערשטער בריוו האט געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג איבער די ברייטע אידישע גאס, און די ווארימע און ענטוזיאסטישע באגריסונג וואס איך באקום מכל שכבות היהדות החרדית פון וויליאמסבורג טוט מיך נאכמער מחזק זיין אנצוגיין מיט מיין ארבעט און ס'טוט מיר הונדערט פראצענט איבערצייגן אז איך טו די ריכטיגע זאך, ווייל יעדער שפירט אז ס'פעלט אויס א היימישער פארטרעטער אין די שטאט רעגירונג וואס זאל אמת'דיג רעפרעזענטירן די אינטערעסן פונעם היימישן ציבור.
דער ציל פון מיין יעצטיגן — צווייטן — בריוו איז צו כאפן מיט'ן עולם א שטיקל שמועס
איבער געוויסע אישוס וואס איך שפיר אז ס'מוז ארויסגעברענגט ווערן, כדי אפצושלאגן געוויסע נעגאטיווע מיינונגען וועלכע מ'פרובירט צו זאגן אין מיין נאמען.
יעדער וואס קען מיין מהות קען מעיד זיין אז דער נאמען "ר' אברהם יצחק אבראהאם" איז נישט א נאמען וואס רעפרעזענטירט איין מענטש, איין ארגאניזאציע, אדער איין ציבור אידן איבער די צווייטע. דער נאמען "ר' אברהם יצחק אבראהאם" איז א נאמען וואס מיינט עסקנות נאר לשם עסקנות, פאר יעדן איינעם אן אויסנאם, אן קיין שום זייטיגע נגיעה.
דאס קען מען זען קלאר פון מיין לאנגן רעקארד פון טון לטובת הציבור וואס איז אלעמאל געווען אן קיינע נטיות צו עפעס אנדערש ווי אויפצוטאן פאר'ן יחיד און פאר'ן רבים. מיין מוח שפרודלט טאג און נאכט מיט פיבערהאפטיגע און פאזיטיווע אקטיוויטעטן לטובת אלע איינוואוינערס פון וויליאמסבורג און פאר יעדן איינעם אשר בשם ישראל יכונה. אט דאס האט מיך צוגעברענגט צו קאנדידירן פאר דעם אמט פון סיטי-קאונסילמאן.
יבואון אלו ויעודון: הצלה, שומרים, חברים, חסד, חסד של אמת עי-טיים, בוני עולם, תומכי שבת, חיי לייפליין, אהל, ביקור חולים און נאך און נאך. דאס איז נאר א טיילווייזע ליסטע פון די פילע חסד ארגאניזאציעס אין וואס איך בין ב"ה — שוין פילע צענדליגער יארן — א געטרייער עסקן, טוענדיג מיין ארבעט מיט א ריינע אמת'ע כוונה אן קיין שום חשבונות און זייטיגע אינטערעסן.
מיינע 35 יאר אין עסקנות פאר'ן ציבור האבן מיך נישט רייך געמאכט. איך האב אנגענומען פילע קאנטראווערסיעלע אישוס נישט ווייל זיי זענען געווען פאפולער, נאר ווייל איך האב געשפירט אז ס'ווערן באגאנגען עולות קעגן אונזער ציבור און איך — ווי אלע עסקנים — האבן פארשטאנען אז ס'מוז דערהערט ווערן א פאראייניגטע וויי געשריי.
א ביישפיל איז געווען דער סוקסעספולער קאמף קעגן דעם גארבעדזש רעסייקלינג פלענט וואס מיר האבן ב"ה צייטליך פארמיטן א דאנק דעם פאראייניגטן כוח הרבים, אפילו ווען דער פלאן איז כמעט געווען כתוב-וחתום דורך אונזער דעמאלטדיגן מעיאר עד קאטש.
דאס זעלבע ווען מיר האבן געמוזט פארטיידיגן אונזער רעכט פאר האוזינג צי אין קלעמענטע פלאזא אדער אין בעדפארד גארדענס וואו איך דין לאנגע יארן אלס דער טשערמאן פון די טענענטס ארגאניזאציע צוזאמען מיט מיינע אנדערע חשוב'ע שותפים און קאלעגן הי"ו.
ווען ס'איז לעצטענס אויפגעברענגט געווארן א פראפאזעל צו נעמען געלט פון יעדע קאר און באס אריבערצופארן די בריק, וואס וואלט געמיינט א גרויסע איבעריגע הוצאה פאר די חשוב'ע וואלונטירן פון אזעלכע נאבעלע ארגאניזאציעס ווי הצלה, חסד און חברים, בין איך געווען פון די ערשטע זיך ארויסצושטעלן דערקעגן און געלאזט הערן מיין פראטעסט לטובת די אלע מוסדות וואס וואלטן געדארפט באצאלן יעדעס מאל אריבערשיקנדיג א באס אדער א קאר אויף די בריק, ביז מ'האט ב"ה באווייזן דאס מבטל צו זיין.
עפארדעבל האוזינג: אין דעם ענין פון עפארדעבל האוזינג האט קיינער האט נישט אזוי שווער געארבעט ווי אנכי הצעיר און איך פארשפרעך ווייטער צו ארבעטן אויף דעם געביט מיט גרויס געטריישאפט אלס אייער קאונסילמאן.
במשך די פארגאנגענע 25 יאר האט מען אונז פיל געשטערט פון באקומען ביליגע דירות אין וויליאמסבורג. איבערהויפט איז פארגעקומען א שווערער און פארביסענער קאמף ביי די שעיפער דירות. בין איך דעמאלט געווען כמעט א יחיד וואס האט זיך געשלאגן מיט די הויפט שטערער און געארבעט אינאיינעם מיט גאווערנאר פאטאקי אז דאס זאל יא פאסירן.
איך וויל נאר ארויסברענגען צוויי פונקטן: מיט'ן אייבירשטן'ס הילף האב איך אונטערגענומען א סוקסעספולן קאמף צו פארמיידן די נאכאנאנדיגע שיסעריי פון מואוויס אין אונזער געגנט וויליאמסבורג, וואס ברענגט אריין בתוכינו פארשידענע אומגעוואונטשענע עלעמענטן חוץ וואס עס שאפט אומגעהויערע שוועריגקייטן מיט טרעפיק וכדומה.
איך האב זיך ארויסגעשטעלט איינער אליין צו באקעמפן א שטאטישן פלאן אוועקצונעמען דעם באס פארקינג לאט פון הרה"ח ר' חיים פריינד נ"י און בויען אויף דעם לאט א סאניטעישאן דיפאו פאר פילע הונדערטער סאניטעישאן טראקס. האב איך דעמאלט זוכה געווען אריינצוגיין אל הקודש פנימה און איך האב באקומען א בריוו פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר בעל ברך משה זצ"ל, ווי אויך להבחל"ח פון הגה'צ ווינער רב שליט"א און פון הגה"צ שאפראנער רב שליט"א, וועלכע האבן זיך געוואנדן — ספּעציעל אין אן ענגלישן בריוו צום מעיאר — בעטנדיג אז ער זאל דאס בשום אופן נישט דורכפירן. און ביז'ן היינטיגן טאג גייען אן שווער פארצויגענע קאמפן אין געריכט, קאסטנדיג פאר ר' חיים'ן אנדערהאלבן מיליאן דאלער.
להוי ידוע, אז עס קומט נישט אן גרינג צו לויפן פאר א הויכן שטאטישן אמט און אודאי נישט צו דינען אלס קאנסילמאן, מיט אלעם וואס עס שטעלט מיט זיך פאר. פילע ידידים מיינע פרעגן מיך, פארוואס איך זוך דאס? צו פעלט דאס מיר אויס? אבער מיין ענטפער צו זיי איז:
מיין לאנגיעריגע ערפארונג אין עסקנות האט ב"ה געוויזן אז ווען מ'מיינט אויפצוטאן לשם שמים זעט מען הצלחה און מ'טוט אויף. איך האף אז אונזער ציבור — וואס איז זייער א חשוב'ער ציבור — וועט ריכטיג אויפנעמען דעם ציל און מיסיע וואס איך נעם אויף מיר אונטער צו דינען אלס אונזער-אייער קאנסילמאן פון וויליאמסבורג און איך וועל פארדינען דעם ציבור'ס שטיצע ווייטער
בראדוועי טרייענגעל: איבער די אישו פון בראדוועי טרייענגעל איז מיין איינציגסטע פאזיציע דאס אז די אידישע עסקנים — איידער מ'איז צוגעגאנגען דערצו — וואלטן זיך געדארפט אראפצוזעצן מיט די בעלי בתים וואס פארמאגן פראפערטי אין יענע גאסן און זיי מודיע זיין איבער וואס ס'רעדט זיך, און צו פארהאנדלען מיט זיי. דאס האט צום באדויער נישט פאסירט.
מ'געדענקט נאך גוט ווי די שטאט האט מיט יארן צוריק צוגענומען הייזער פון אידן אין סאוט 9, ווי למשל פון הרה"ח ר' יחזקאל ווערצבערגער ע"ה, ולהבחל"ח הרה"ח ר' יצחק פריעד נ"י און הרה"ח פישל פריעדמאן נ"י (אגב, פון אים האט מען צוגענומען נישט נאר זיין הויז, נאר אויך זיין ביזנעס) און נישט נאר וואס מ'האט זיי נישט באצאלט דעם שאדן, האט מען זיי ניטאמאל געלאזט אריינגיין אין די נייע הייזער וואס מ'האט אויפגעבויט אויף זייערע שטחים, וכו' וכו'.
מיר זוכן ח"ו נישט אוועקצומאכן קיינעם'ס פעולות און עררייכונגען פאר אונזער געגנט וויליאמסבורג הן בעבר והן בהווה. כלל ישראל האט ב"ה פילע גוטע שתדלנים וועלכע טוען אויף פאר'ן כלל גדולות ונצורות. אבער פונדעסטוועגן איז אויך באוואוסט אז מיר וויליאמסבורגער אידן — אלס א ציבור — זענען ווייט נישט רעפרעזענטירט לערך דעם כח און דעם מספר נפשות קעיה"ר וואס מיר שטעלן פאר ב"ה.
דאס שלאגט זיך אויס אין פארשידענע הינזיכטן ווי די "בייק לעין" אנשיקעניש, טרעפיק טיקעטס, נאו-סטענדינגס, גארבעדזש קאלעקציע, עפארדעבעל העלט קעיר, בעדפארד גארדענס רענט העכערונגען, פארקס וואס זענען ספארטס-סטאדיומס ענדערש ווי שטילע אפרו-ערטער, און אזוי ווייטער נאך איבלען פון וואס אונזער געגנט ליידט איבער וועלכע איך וויל נישט מאריך זיין מיט איבעריגע רייד.
אויפצוטאן פאר'ן עתיד פון וויליאמסבורג ביתר שאת וביתר עוז.
אייער שטענדיגער פריינד, און האפענטליך אייער צוקונפטיגער קאונסילמאן
אברהם יצחק אבראהאם