בית פורומים כל העולם כולו

אלערט! אלערט! זייט געווארנט!! ביטע איבערגעבן ווייטער!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/9/2009 07:27 לינק ישיר 
אלערט! אלערט! זייט געווארנט!! ביטע איבערגעבן ווייטער!!

איך בעט, יעדן איינעם, קינד און קייט, זאל תיכף ומיד וואס שנעלער איבעגעבן די מעסעדש פאר וועם מ'קען נאר, אפי' אויפוועקן מענטשן פון שלאף, מ'וועט נאר דאנקבאר זיין ווייל מוועט אפשוינען ווייסעך וויפיל מענטשן פון אנגסט אין ווייטאג, און פארמיידן זיך צו רייסן די האר פון קאפ,

הערטס אין שטוינט,

ממש 5 מינוט צוריק האב איך געליינט די יידישער פרומער צייטונג "דער איד", 

(דאס אליינס איז א באזונדערע נס גלוי, וויזוי איך האב פונקט מן השמים געליינט דער איד, א צייטונג וואס איך ליין קיינמאל, זעהט אויס שומר רגלי חסידיו אז איך זאל פונקט די וואך ליינען דער איד)

האב איך פערצופאל מעת השם, חסדי השם!! געליינט א ציטרייסלנדע אנאנס וואס איך האב נישט געזעהן אין קיין שום אנדערע צייטונג, וואס איך פיל פאר א חיוב איבערציגעבן פאר די מענטשן וואס ליינען אפשר נישט דער איד

וואס איז די מעשה?

האלטס קאפ אין שטוינט!

ווי יעדער ווייסט איז דא אין די חסידישע וועלט א גרויסער חסידות וואס רופט זיך סאטמאר.

אט דער חסידות האט א לעגאלער "קאנגרעגעישן", אדער "קהלה" ווי מ'רופט עס,  מיטן נאמען "קהל יטב לב".

קהל יטב לב שיקט יעדעס יאר ארויס יערליכע סטעיטמענטס צו אלע זייער מעמבערס איבער די וועלט, צו איינקאסירן די דמי דיוס / מעמבערשיפ געלט.

ווי יעדעס יאר איז אויך היי יאר תשס"ט אנגעקומען סטעיטמענט צו אלע חברי הקהלה הק' צו איינקאסירן די באלאנס פון די דמי דיוס.

יעצט דא דארף מען גוט צילייגן קאפ:

פאר פילע מעמבערס (איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל) איז אנגעקומען די סטעיטמענטס פון קהל, און גאנץ אויוון אויפן דרוקסארט פון די סטעטמענט ווי עס שטייט די אדרעס ווי מ'דארף אריינשיקן די געלט שטייט דער אדרעס

 160 RODNEY STREET.

יעצט כאפטס אייך שטארק אן ווייל ס'זייער מעגליך אז איר וועט אוועק חלישן ווען איר וועט דאס הערן:

דא קומט עס!!

אוי אוי!!!

דער סטעימענט מיט דער אדרעס איז פאלש דורך דורך!!!!

איך מוז עס נאכאמאל זאגן:

דער סטעימענט מיט דער אדרעס איז פאלש דורך דורך!!!! ס'ממש גארנישט ווערד!!! ווי א טישו פעפער!!!!

ווארשיינליך איז דאס ארויסגעשיקט געווארן דורך גאר רעפאנירטע שווינדלער וואס שטעלן זיך אהער אלס קהל יטב לב מיט די פאלשע דירקסארטן, און אזוי ליידער נארן זיי ארויס שווערע טויזנטער אויסגעהארוועטע אידיש געלט פון אומוויסענדע תממי לב וואס האבן נעבעך נישט די מינדעסטע השגה ווי זיי ווערן באשווינדלט!!!

איך זאג ענק צו אז איך האב ממש יעצט געזען מיט מיינע פליישיגע אויגן דער אנאנס, אינעם פרעסטידשפולן צייטונג דער איד, דער אנאנס האט א געהעריגע פרעים ארום זיך וואס ווייזט אז קהל האט באצאלט טייער געלט דערפאר, דער דריקסארט אויווין איז געווען מיט די אטענטישע לאגא מיט די 2 טייטלביימער ס'געשטאנען די געהעריגע אדרעס 152 ראדני. דאס מיינט אז דער שווינדל איז אמת!

אויך לייגן זיי צו צום אנאנס א וויכטיגער שטיקל אינפארמאציע אז דער נאמען פון איינע פון די אגענטן פון די נעץ שווינדלער איז עפעס א "שלמה ווערצבערגער" ער איז דער וואס שווינדלט ארויס די געלטער אונטערן שלייער פון קהל יטב לב,

דער פארברעכער ווערצבערגער, הויך 6.2, וועגט בערך 165 פונט, מיט א דארן הויכן געשטעל, שטעלט זיך אהער ווי א פרומער איד, א סאטמארער גאר, מ'קען איהם אויך גרונג דערקענען ווייל זיין היט פורום איז אביסל אנדערש ווי די אלגעמיינע.

פון אט דער פארשוין זאל מען זיך זייער זייער היטן!!!

איך פארשטיי באמת נישט וויזוי נאך די מעדאף שווינדל סקאנדאל זאלן מענטשן זיך נישט לערנען א לעקציע צו זיין מער געווארנט!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 16:25 לינק ישיר 

יאנקעלע, עי 1

איך האלט מיר ביי די זייטן.

דו ביזט מוראדיג גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 16:44 לינק ישיר 

ס'איז געווען קושקע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 21:17 לינק ישיר 

קושקע סאיז געוואלדיג יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 22:30 לינק ישיר 

אנטשולדיגט, כ'האב געמיינט צו שרייבן קושקע.

טעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 22:35 לינק ישיר 

א קניפ אין בעקעל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 01:31 לינק ישיר 


די פאליציי איז אויף די שפירען פין די פארברעכער, זיי האבען געמאלדן א סכום ווער עס וועט זיי העלפן צו כאפען דעם גנב.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2009 05:14 לינק ישיר 

רח"ל, די פראברעכער גייען ווייטער אן מיט זייער רעפורנירטער שווינדלערייען,

עד מתי יהי' זה לנו למוקש?

נעבעך נעבעך, אומוויסענדע מענטשן צאלן ביטער געלט, מיינענדיג נעבעך אז זיי פארזיכערן זיך א חלקה אין ביה"ח פון קהל יטב לב, דערווייל ווי וואס ווען, דאס איז עפעס א פאלשע שווינדלערישע קהל יטב לב.

געדענק אויב איר צאלט צו די געוויסע מענטשן וועט ער מעגליך נישט קומען לקבר ישראל ה"י רח"ל.

נאכאמאל מ'זאל גוט קוקן אויפן לעטערהעד ביי די קליינע אותיות, נאר 152 ראדני איז די ריכטיגע אדרעס.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2010 23:42 לינק ישיר 

דער עולם האט באמערקט זייער פרישע אטאקע די וואך
קען עס איינער אריינסקענען?

באקומען




תוקן על ידי פשווארסק ב- 07/06/2010 00:40:33




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 00:35 לינק ישיר 

פשווארסק כתב:
דער עולם האט באמערקט זייער פרישע אטאקע די וואך
קען עס איינער אריינסקענען?


כ'האב נישט באמערקט ס'שוין דא אשכול




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2011 22:44 לינק ישיר 

נעכטן איז ארומגעגאנגע א טעלפאון מעסעדש אנגעבליך פון די זאלי קהל צו אלע זייערע מעמבערס אז מ'זאל זיין געווארנט מיט די סטייטמענטס אדרעסן,

איך וואונדער מיך, האלטן זיי טאקע ערענסט אז איינער גייט בטעות אריינשיקן צו די ראנג אדרעס? אויף וועלכען פלאנעט לעבן זיי?

מיין מיינונג איז, אז זיי לעבן נעבעך אין דינייעל  זיי קענען נאך אלס נישט שלום מאכן מיטן מצב אז זיי האבן פאלוירן ביי אמבראזשיא זייער דע-פאקטע סטאטוס פון קהל יטב לב, ממילא אין זייער וועלטל עקזיסטירט נאר איין סאטמארע קהלה אין וומ"ב, נעבעך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2011 00:52 לינק ישיר 

עס איז נישט צו גלייבן
די זאלי'ס האבען זיך שוין אריינגעזעצט בגניבה אין קהל'ס אפיס פאר איבער 10 יאר אין האבען נאכנישט געטראפען די מהלך צו איינגעוואינען זייערע מענטשן צו צאלען מעמבערשיפ
ווייל זייער גאנצער ציהל איז נאר צו שטויסען אין ציברעכן יענעם, אין ווען ס'קומט צו צאלען א דאללער פין טאש האט שוין קוקט עס אויס ווי די דורכגעפאלענע ארץ החיים קאמפיין

נאך לאנגע יארען וואס ער פראבירט ענפענטליך צו אריינווארצלען אין זיינע נאכשלעפער א פאזעטיווע הערצה מ'זאל זיך רעכנען מיט די נקודה פין רבי'ן ז''ל אין קומן צו די טישן,(עפ''ל פין קווינס מנהל)
 ווי משה פר''מ - זשיגאן'ס גבאי האט עפנעטליך אפעלירט נאך ביי זיין ערשטע לוזערישע דרשה אין אבריכם אלס מעכטיגע נקמה צו ר' יודל ווערצבערגער..... אז מ'זאל קומען צו די טישן אין תפילות
איז אלעס ביים אלטען
מ'האט קודם פראבירט צו אנווערעמען דעם עולם דורך די מעכטיגע VIP פארקינג, ווי שוין דא באריכטעד
זאלי לוזערס: צאלט מעמבערשיפ און ווערט א לעלו

אבער דערווייל איז אלעס איין'ס

האט מען זיך נעבעך געמוזט נעמען צו אלטען טאקטיק
דהיינו, די איינציגע שפראך וואס די מרי לב דערהערן איז נעגעטיוו אין העץ
אין זיי לאזען אינפארמירן זייער קעלבער די שרעקליכע אויפדעקונג
עפעס א מין כת וואס רופן זיך יודן (קוועלער זאגען אז זיי שטאמען פין יודן) האבען זיך אן קיין שום היתר זיך אנגעהויבן רופן מיט 'זייער' נאמען 'קהל יטב לב ד'סאטמאר'
די פאליציי איז נאך נישט געקומען אויף די שפירן פין דעם מייסטער טעראריסט
אבער דערווייל האבען שוין שווערע טויזענטער תממי לב וואס ווילן עכט שיקען די מעמבערשיפ צו זייער אפיס
ווייל זיי ווילן האבען א קרקע לאחר מוע''ש אין ביה''ח דקיט''ל אשר שם חלקת מחוקק ספון 'בטעות' זיך געלאזט פארנארען פין די אימאינדעפצירטע גנבים אין געשיקט די מעמבערשיפ צו דעם שלמה ווערצבערגער
בקיצור, דער עולם זאל זיין געווארענט
די HQ גיבט איבער אז אויב דאס וועט נישט העלפן וועט מען מיזן שרייבן נאך א ארץ החיים ביילאגע





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2011 19:24 לינק ישיר 

קוקט אויס ווי ס'ארבעט נאך אלס נישט
זיי האבען נאר וואס אנגחזרט די ווענט אין זייערע שולן מיט די קינדערישע פאשקעווילן
כאפטס א שמייכל
עמיר זעהן וואס קומט נעקסט

אגב, קוקט אויס ווי דער ניק זעליג כהן איז פין די פירערס ביי די זאליס...



זארגט אייך נישט אויב וועט עס נישט גיין מיטן שיינעם דאן ווען עס גיין מיטן בייזן
א שרעק: די טרור איז ממשיך אויף יעדער אלטן איד,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלערט! אלערט! זייט געווארנט!! ביטע איבערגעבן ווייטער!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext