ווי יעדער באמערקט זענען די זאלי'ס לעצטנס זייער ווילד,
ס'קוקט אויס ווי זיי זענען יצא מדעתם, זיי זענען דעביטערט אין ציקאכט.
פרישע געבעקסן ווערן פארבריצירט יעדע פאר שעה, קעגן סאטמאר אדער קעגן סיי וועלכע עסקן וואס האט א שיכות מיט זיי (אריינגערעכנט אזא ארגענעזאציע ווי חברה הצלה דק''י, וואס די גאנצע שיכות מיט סאטמאר איז: אז זייער גרינדער אין מנהל איז א סאטמערער) יעדע חבר הנהלת הקהילה והמוסדות באקומט עפעס א מעכטיגע צונאמען (ווי מער ס'ענדלט אין ניוויל פה איז בעסער), קללות גיסן זיך דארט ווי פאר א נחמה אויף עפעס שטארקע ''ניצחון'',
זייער משכיל'שער צייטונג, {וואס האט מיט קיין בזיון ת''ח קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם זינט זי האט דער איצטיגער רעדאקטער}, קען נישט נאכקומען די פארלאנג, אין מ'האט איינגעשפאנט אפאר שרייבער'ס איטליכער פין זיי מיט א דאזען ניקס, מיט די הילף פין וואלענטירן ''מצינים פין בלומענפעלד'ס ישיבה'', אין זיי פירקלען אן זייער אייגענע פארום, מיעס, אימאראליש אין קינדיש.
יעדער זאלי'ס קייט איבער אין ביהמ''ד די געבעקסן, אין פאר די וואס האבען נאכנישט קיין אינטערנעט עקסעס, טיילט מען אין ראדני די היידפארק ארטיקלען שיין געסטעיפעלט, אין מ'שיקט ארום יעדע געבעקס אויף אימעיל דורך א ספעציעל נייעם אימעיל גרופ, אלעס מ'זאל ''גלייבען אין וויסען'' די עשרת הדברות.....
אויף די ווענט אין זייערע שילן הענגן גרויסע פאשקעווילען ציטיילט אויף עטליכע צעלטעך/פאסטערס, {צווישען אנדערע קעגן הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו וואס זיי באוויינען נאך היינט די נער'ישע נקמה שריט קעגן אים וואס האט געפירט אז ער איז מער נישט דארט},
יעדער נארמאלער מענטש וואס קומט אריין אין ראדני רייבט זיך די אויגען, ער קען נישט גלייבן אויב ער איז אין א ביהמ''ד, אדער אין א..... די ווענט שרייען קללות אין די מיילער שטייגען זיי איבער, קעגן רבנים אין קעגן וועם נישט (אפי' קעגן איינעם וועם זיי האבען לעצטנס אנגערופן אלס א חשובער רב פין לעיקוואד) {איז שוין טאקע נישט דא קיין איין נארמאלע מענטש דארט???}
יעדער בחור אין קווינס איז געווארען איינגעשפאנט אין די ארבעט, ווי זיי לאזען איבער זייער פינגער אפרדריקען, נאכברעגנדיג די משכיל'שע לשונות פין זייער מנהל אין ראש ישיבה.
יעדער פרעמדער מענטש וואס קומט מיט זיי אין בארורינג ווינדערט זיך וואס פאר א בריאה שטייט קעגן אים, זיי באמערקן נישט ווי מאדנע זייער שפארך אין התנהגות איז געווארען.
קען איינער מסביר זיין וואס גייט פאר?
וואס איז געשעהן?
וואס האט זיי אזוי ארויסגענומען פין די כלים?
זיי גייען דורך עפעס זייער אימגערישט אין שווער, אין אנטוישט.
איז דאס א פראמינענטע דעמיזש, אדער זיי קענען זיך נאך סעטלען?
ווער עס האט א הסבר זאל ביטע פאוסטען, זאלי'ס: ענק זענען אויך געלאדענט צו ברענגן אייער מיינונג {דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים}
{אגב, ווי שטענדיג ערווארט איך אז די זאלי'ס וועל נאכמאכען מיין אשכול, קעגן זייער בלוט שונאים, זייערע אשכולות מיזען דאך נישט שטימען מיט די מציאות, כידוע}
תוקן על ידי rebyankel ב- 07/09/2009 23:09:41