בית פורומים כל העולם כולו

אפדעיט פינעם קארט יום ג' נצבו"י אין מאנרא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/9/2009 19:29 לינק ישיר 
אפדעיט פינעם קארט יום ג' נצבו"י אין מאנרא

היינט צופרי זענען די זאליס אנגעקומען זייער העפי אין קארט אין מאנרא
זיי האבן גראד פארלאנגט פינעם ריכטער רשות אראפ צי ריפן ר' שמואל דוד מארקאוויטש צים לויער
אין זיי האבן שוין געספינט פאר זייערע קלעבלעך אז מארגן איז ר' שמואל דוד אין קייטן רח"ל.
 
דער ריכטער האט זיך געפערליך אויף גערעגט אויף די זאליס ער האט געזאגט אז דערוייל געט ער נישט קיין שום רשות קיינעם אראפ צי ריעפן צי קיין לויערס.

נאכדעם האט קהל גע'טענה'ט פארן ריכטער אז זיי ווילן אז די דיד אישו זאל אנקומען צי א דין תורה
די זאלי לויער איז געווארן געפערליך ווילד, ווייל די זאליס האבן א לעבעדיגע צוואה פין דעם מופקר ר' מנשה דיין
אז צי קיין דין תורה טאר מען נישט גיין, אין ער האט געשריגען פארן ריכטער אז ער וויל נישט קיין דין תורה.

דער ריכטער האט געהייסן די לויער'ס אריין געבן פאפירן  
פאר קהל פארוואס זיי ווילן א דין תורה
אין פאר די זאליס פארוואס זיי ווילן נישט קיין תורה .

נעקטה הירניג NOV 10 ( צוויי חדשים ארום ). 

והעיר זאלי נבוכה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 19:35 לינק ישיר 

���אב״ ׀ױױ׃׀� �ױ� "׃'"



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2009 19:38 לינק ישיר 

Wednesday (not tuesday)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2009 19:48 לינק ישיר 

נאך אזא ניצחון וואס די זאלעבאנער האבן האט געהאט און געריכט, קען מען רישען אז די צומות גידין מערכה גייען זיי אנהייבען צו ניצען אויף די גסות אויך, איי עס איז נישט שייך? נישט געזארגט ר' מנשה מיט פילאף באטשי, מיט וויינבערגער, מיט פייטער כץ, ארבייטען יעצט ערנסט אפ צוווענדען די תשיבה פון הרה'''ג ר' געציל שליט''א, נאך מער זיי גייען מברר זיין אז מישום עת לעשות לה' איז צומות גידין אויסדריקליך שייך ביי גסות אויך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 19:54 לינק ישיר 

ווארטס נאר ווארטס ארונימלעך באלד קומט יעס ווי קען אין וועט שרייבן אז די ארונים פלאצן ווייל זיי מיזן גיין צי דין תורה, און פערלשטיין וועט פראקלאמירן ביים געראנגעל פארזאמלונג זוטאג אז "אלעס בלייבט ביים אלטן"....

ליצנות אין אזייט געלייגט , לאמיר האפן אז יעצט וועלן שוין די זאליס איינמאל פאראלעמאל זעהן ווי ווייט זיי זענען פארקראכן מיט זייערע שרעקליכע חילול שם שמים רח"ל אז אפילו די גויאישע ריכטער פארשטייט אויך אז א יוד דארף זיך מתדיין זיין נאר בדיני ישראל איז צי האפן אז יעצט אין די ימי הרחמים והסליחות וועלן זיי תשובה טוהן אין קומען צו דין תורה כהלכות גוברין יהודאין צי א כשרע בי"ד בישראל או בזבל"א.
מי יתן והי'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 20:13 לינק ישיר 

אפשר קענסטי מיר זאגען א וועג ויאזו א ריכטער קען צווינגען די זאליס ציי גיין צי דין תורה אויב סאיז נישט דא קיין שטרי בריררין אזוי אין בארא פארק? ארוניםלך נייס טריי געשלעפט נאך אביסעל צייט...BUT WE ARE COMING AFTER YOU



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 09/09/2009 20:09:38




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2009 20:31 לינק ישיר 


קודם האב איך הנאה אז די ביסט יעצט איינמאל מודה אז ענק האלטן נישט ביים גיין צי דין תורה.

אין ווי אזוי ער קען הייסן גיין צי דין תורה, דאס וועט מען דיר שוין איינמעלדן אין די קאורט פאפיר'ן נישט דא.

אבער לאמיר דיך נאר פרעגן אין די לעצטע פאר טעג דרייסטו זיך שוין ארום דא אין רעדטס אזוי פינעם היינטיגען טאג אז די לעצטע טשאנס וכדומה, וואס איז געווארן??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 20:34 לינק ישיר 

אזוי די ארונים פראבירען צי קימען אויף מיינע שפירען,זעט אויס אז איך הייב זיי אן צי קריכען אויף די הינער אויג, אדער אזוי זייער קדושל ריפט עס די זיבעטע ריפ..מיז איך יעצט אויף הערען צי שרייבען, אבער נאר פאר א געוויסע צייט ציליב פארזיכטיגקייט 
איך דארף קודם שאר מאכען אז די סכנה איז פאראיבער, איך האב גאר ווייניג מורא פאר זיי, איך טי עס נאר פאר מיינע ווייב אין קינדער, די ארונים זענען דאך עליל אויף אלעס! אין איך בעט דעם חשובען מנהל מיר פליז נישט צי נעמען די רשות כתיבה I WILL BE BACK SOON !!!  אין צי דיר (פארמעגליך)  וויל איך זאגען, זיי פארזיכטיג דע אר עפטער יוי טא...מאך שאר נאר צי שרייבען מיט א לאפטאפ קיינמאל נישט פין א דעסקטאפ..אויך מאך שאר צי האבען אינטערנעט נאר דורך וייערלעס, אזו האסטי אלץ א אנדערע IP אדרעס..אויב איינער פין די ארונימלך ווילען עפעס שטארק וויסען אדער ווילען אמאל חיזק קענען זיי זיך מעלדען צי מיר אין אישי אין איך וועל ענק גערען גרינגער מאכען אויף די הארץ
ואיתכם הסלחה...


איר גדענקט נאך ווער עס האט געשריבען די דאזיגע דיבורים? ניין? גוט איך וועל אייך זאגען!

דאס האט געשריבען, אונזער אלעמען באקאנטער מר' יעס מעקען!

און ער האט טאקע געהאט וואס מורא צו האבן, די ארוינים האבן אים ל''ע געה........

אלזא! ער גדולים צדיקים במותם יותר מבחיהן, דער יעס שרייבט מיט א לעפטאפ פון קבר, זייט געווארענט איר האנדעלט מיט נישט קיין לעבעדיגע, עס קען אריין גיין און ערענסטע אסורים:

לֹא-תִלְמַד לַעֲשׂוֹת, כְּתוֹעֲבֹת הַגּוֹיִם הָהֵם.  י לֹא-יִמָּצֵא בְךָ, מַעֲבִיר בְּנוֹ-וּבִתּוֹ בָּאֵשׁ, קֹסֵם קְסָמִים, מְעוֹנֵן וּמְנַחֵשׁ וּמְכַשֵּׁף.  יא וְחֹבֵר, חָבֶר; וְשֹׁאֵל אוֹב וְיִדְּעֹנִי, וְדֹרֵשׁ אֶל-הַמֵּתִים.  יב כִּי-תוֹעֲבַת יְהוָה, כָּל-עֹשֵׂה אֵלֶּה





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 20:39 לינק ישיר 

קוקטס ווי stupid אונז זע מיר אויס דא.

אין גם אחד וואס איז מסופק ווי דער yeswecan באלאנגט אליבא דאמת.
און יעדער פרייט זיך אז מ'קען זיך דינגען מיט א זאלי.

whats the point in this?

 gimpele




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:01 לינק ישיר 

איז איינער מסופק ווי די אלע "נאכגעמאכטע" ניקס אויפן זאלי פורום אדער לימבא און שס פוסקים וכדומה באלאנגען?

נאר וואס דען די עולם דארט איז זייער ערוואקסען און מוראדיג קליג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:09 לינק ישיר 

דאס אז די מנהל דארט לאזט (אדער גאר איז אליין) די נאכגעמאכטע ניקס (חוץ אויב די עכטע ניק שרייבט דארט [לייען ביסט א זאלי])

דאס ווייזט אויף א מוראדיגע חכימות!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:12 לינק ישיר 

יודלע כתב:

קודם האב איך הנאה אז די ביסט יעצט איינמאל מודה אז ענק האלטן נישט ביים גיין צי דין תורה.

יא יא איך בין מודה אז מען דארף נישט גיין צי א דין תורה מיט א גנב א זייפן..זאג נאר אז די האסט א הויז אין איך טרענספער דיין דיד צי מיר ועמען וועסטי ריפען היתאחדות הרבנים אדער 911 הא?..אוודאי נאר אין קארט אריין..
 משא''כ אין בארא פארק ווי סאיז נישט געווען א גניבה סאיז נאר  נאר דא א ויכיח ווער סאיז די בארד האבען מיר
טאקע געשיקט אן הזמנה פאר ענק צי קימען צי דין תורה וואס מען איז יעצט ברוך השם דן אויף דעם..

אין ווי אזוי ער קען הייסן גיין צי דין תורה, דאס וועט מען דיר שוין איינמעלדן אין די קאורט פאפיר'ן נישט דא.

אה איך ווארט שוין עס צי זען...

אבער לאמיר דיך נאר פרעגן אין די לעצטע פאר טעג דרייסטו זיך שוין ארום דא אין רעדטס אזוי פינעם היינטיגען טאג אז די לעצטע טשאנס וכדומה, וואס איז געווארן??
 
סארי איך בין נישט קיין ארוני איך סעט נישט קיין דעטס איך האב מיך אויס געלערנט פין ענק, געדענקסט נאך יענע מיטוואך ווען ענק גייען איבער נעמען ראדני וואס איז קיינמאל נישט צישטאנד געקימען..? איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז היינט סעפטעבער 9 2009 נעמען מיר איבער די בית החיים, איך האב נאר געזאגט אין איך זאג עס נאכאמאל אז טאמער מען איז דן אויף די דיד זענען ענק פארטיג, אין ענק ווייסען עס אין פארדעם הענגען ענק די גרויסע פלאקאטען אין 14 היופער...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:21 לינק ישיר 

יעצט באמערקט נאך א גרויסע חכימות פונעם דארטיגען מנהל אדער ווי אנדערע ריפען דאס "מאדירעיטאר"

דאס טוישען כסדר קעפלעך פון אשכולות צי "אנטי ארונים" למשל יעצט בנוגע ק"י דיין בריוו איבער צומות הגידין, האט ער געטוישט אז "ער זאגט מיר האבען מאכיל געווען טריפות" איך רעדט שוין נישט פון דעם פרעכען שקר!

נ.ב. גראדע אויך א גיטע וועג ארויף צירוקריקען צפיות, מיינענדיג עס איז א נייע אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:31 לינק ישיר 

gimpele כתב:
קוקטס ווי stupid אונז זע מיר אויס דא.

אין גם אחד וואס איז מסופק ווי דער yeswecan באלאנגט אליבא דאמת.
און יעדער פרייט זיך אז מ'קען זיך דינגען מיט א זאלי.

whats the point in this?

 gimpele



האלאו גימפעלע אונז זעמיר א באנדע שוטים , אין אונז פלאנען אזוי צי בלייבן פאר אייביג 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2009 22:32 לינק ישיר 

די ריכטער האט געזאגט היינט אז ער האלט נאך פאר אלף.

- ער האט נאך נישט געהאט קיין צייט אריין צו קוקן אינעם קעיס, עס איז דא אזוי פיל פאפירן אז דאס צו ליינען וועט אים נעמען נאך 3-4 חדשים זיכער.

- ער ווייסט נאך נישט צו ער מעג אפילו אריין קוקן אפשר איז עס רעליזשעס, וואס ער טאר נישט אריין קוקן און ער דארף טאן ווי מען האט געטאן אין רוב סאטמאר קעיס גלייך ארויסגעווארפן.

- אפשר דארף ער שיקן צו דין תורה.

- ער ווייסט נאך נישט וואס צו טאן האט ער געזאגט, ממילא קודם שטיפט ער אפ די קעיס פאר 2 חדשים, און ביי די נעקסטע זיצונג וועט ער זעהן ווי ער האלט.

די זאלי לויער האט זיך גענומען מאכן קולי קולות, אז עס ברענט, די זאלי מתים באגראבט מען נישט, פערלשטיין ליגט ווי אן עגלה ערופה אין א דרייוו וועי פון פאלאק, די אהרונים טוען וואס זיי ווילן, די זאליס האלטן דאס שוין נישט אויס עס איז עק וועלט, די אהרונים לויער האט געזאגט אז מען עס איז שוין אזוי די לעצטע 5 יאר, און עס איז זיך נישט דא וואס צו יאגן.

די ריכטער האט געגבען גערעכט, און האט געזאגט אז ער זעהט נישט וואס מען יאגט זיך דא, און עס קוקט ממילא נישט אויס אז ער וועט קענען בכלל עפעס טאן אין די קעיס.

די זאליס זענען ארויס פון דארט ווי המן נאכן באגאסען ווערן פון זיין טאכטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2009 23:12 לינק ישיר 

אפשר וועלן זיי שוין טרעפן א היתר צו גיין צו די''ת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אפדעיט פינעם קארט יום ג' נצבו"י אין מאנרא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext