בית פורומים כל העולם כולו

טעראר רציחה און בלוט פארגיסונג קעגן אבראהאם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/9/2009 18:27 לינק ישיר 
טעראר רציחה און בלוט פארגיסונג קעגן אבראהאם

א נייע פרעצעדענט אינעם טעראר קאמפיין וואס די מיואש'דיגע פארטרעטער פון וויליאמסבורג האט אנגעהויבן היינט, האט נאך וויליאמסבורג נישט בייגעוואוינט.

מ'האט באשמירט גאסן קעגן ר' אברהם יצחק'ן, אלעס פאר דעם איינעם חטא פון לויפן קעגן דעם פרא תועבה קאנדידאט לעווין.
און פאר דעם קומט אים סקילה, שריפה הרג און חנק.

די טעראר מאשין האט אנגעהויבן אויסשפייען ווילדע אויסברוכן קעגן אבראהאם, אויף אזא מאסשטאב וואס רופט אויס פאראיבל און אפשיי ביי יעדן רעכט דענקיגן מענטש - און אזוי ווילן זיי אז מענטשן זאלן זיי טראסטן.

דאס איז אין צוגאב צו די אנדערע שמוציגע, גוי'אישע און מיואש'יגע טאקטיקן וואס זיי האבן אונטערגענומען קעגן ר' אברהם יצחק'ן.

היינט איז וויליאמסבורג באהאנגען געווארן מיט ריזיגע מעכטיגע פאוסטערס וועלכע שרייען:
ר' אברהם יצחק אבראהאם שטיצט תועבה !
ר' אברהם  יצחק אבראהאם וויל חרוב מאכן וויליאמסבורג !
ר' אברהם יצחק אברהם האט קיינמאל גארנישט געטאן !





דאס בלוט פארגיסונג פון ר' אברהם יצחק'ן דארף א באלדיגן ענטפער !


דינסטאג אין די וואל בודקעס.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 18:42 לינק ישיר 

ווער עס קען זאל ביטע ברענגען בילדער פון די שמוציגע ספרעי פעינט וואס זיי האבן אנגעשמירט.
און פון די גרויסע געמיינע פלאקאטן וואס זיי האבן געהאנגען די נאכט.


אדרבה זאל די וועלט זעהן וויאזוי דעמאקראטיע דארף אויסקוקן !
און אויב איינער לויפט קעגן תועבה איז טאקע צא טמא יאמר לו?!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 18:46 לינק ישיר 

Which street is it ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 19:33 לינק ישיר 

איך בין א וויליאמסבורגע געבוירענער און חתונה געהאט קיין ק"י,
איך בין שוין נישט געווען אין וויליאמסבורג אין א גרינעם דינסטאג פאר בערך 8 יאר, זינט כ'האב געסטאפט ארבעטן אין וויליאמסבורג.

די לעצטע וואך צוויי בין איך משום סיבה יא געווען דארט עטליכע מאל,
כ'האב געדאווענט אין הופפער און אין ראדני, כ'האב מיך געדרייט אביסעל צווישען וויליאמסבורגע עולם זאליס און ארוינם צוגלייך,

וואס זאל איך ענק זאגען???....

איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי ס'קען זיין אזא זאך אז א היימישער איד לויפט פאר א אמט און מ'גייט נישט אינאיינעם אונטער אים,

כ'האב פשוט נישט געגלייבט וואס איך זעה... ס'פארט ארום א ווען און פליקט אראפ אלע צעטליך וואס איז געהאנגען דורך די אבראהאם קאמפיין!
איז דאס דעמאקראטיע?
איז דאס שוין יושנה ווי מ'איז אונז מחזיר???
איז די וויליאמסבורגע עולם אזוי משוגע???
צו רעד זיך פשוט נידערמאן איין אז זיי זענען משוגע???

און היינט ליין איך אויף'ן פאשקעוויל דבר יום ביומו פול מיט שמוץ און שקרים קעגן אבראהאם!!!

איך ווייס נישט ווי אזוי וויליאמסבורג לאזט דעיס צו?!

***
איך געדענק אבראהאם נאך זייט איך געדענק מיך,
איך האב אלץ געוואוסט אז דער איד איז א 'ארי' לייב' נאר האט נישט קיין אפציעלע פאזיציע, און אזוי האבען אלע קינדער געוואוסט אויף אים,

און שפעטער -אפילו כ'האב אליינס ב"ה קיינמאל נישט געדארפט אנקומען צו זיין הילף פלעג איך אבער אלץ הערן מעשיות אויף אים ווי ער העלפט מענטשען,

איך (אלס קרית יואלער) מיין אז די בעסטע דוגמא וועט זיין אזא איד ווי ר' משה גאלדשטיין פון ק"י, ער איז א איד מיט א גאלדען הארץ, א איש החסד - וואס? א איש החסד האב איך געזאגט?? ער איז די קרוין פון חסד! ער העלפט פריוואט ארויס צענדליגער און אפשר הונדערטער משפחות פון ק"י, צו איז עס פאר א יו"ט צו סתם א שבת און אפילו א פשוטע אינדערוואכען טאג מיטן באצאלען א גראסערי בילל פאר יענעם, און ווי קען איך פארגעסן זיין קמחא דפסחא? וואס איז א שם דבר אין שטאט,
און לעצטענס האט ער דאס אלעס אריינגענומען אין 1 ארגאנאזאציע "צדקת העיר" וואס איז היינט ברייט באקאנט פאר תושבי ק"י, יעדער זעהט דעם טראק עסן און אנדערע צוגעהערען יעדע שטיק צייט, וואס דאס איז נאר איין חלק פון זייערע מעשים טובים,
בקיצור, פאר א ק"י איד דארף מען נישט זאגען וואס דער איד שטעלט מיט זיך פאר,

האט ער אמאל באקומען באצאלט דערפאר??
האט ער אמאל באקומען א יישר כח דערפאר???
איז זיין נאמען אפילו ערגעץ דערמאנט געווארען???
האט איינער אפילו אין אכט גענומען וואס דער איד טוט???

א מכה!!

דער עולם איז פאריאגט און פארפלאגט און קיינער זעהט ניטאמאל די זאכען,

(איז געווען יעצט ווען ער איז געלאפען פאר ווילעדזש טראסטי, האט מען אנגעהויבען צו הערן אלע זיינע חסרונות, אבער נישט דעיס וויל איך ארויסברענגען,)

וואס איך וויל זאגען איז... אז דאס איז אונזער ר' אברהם יצחק אבראהאם,

ער טוט, און טוט, און טוט, און טוט, וכו'........

קיינער דאנקט אים נישט!
ער בעט נישט גארנישט! (וד"ל)
קיינער זאגט אים ניטאמאל א יישר כח! קיינער ווייסט ניטאמאל ווער ער איז!

יעצט ווען ער פילט אז כדי צו קענען מער אויפטון איז בעסער ווען מ'איז א 'אינסיידער', און ער באשלוסט צו לויפן פאר סיטי קאונסול, ווערט ער באווארפען און באשמוצט!!!!

פארוואס???
וואס האט ער געטון???
האט ער זיך אמאל אריינגעמישט אין פאליטיק???
האט ער אמאל, אפילו איינמאל! געהייסען ארעסטירען איינעם ווייל ער איז פון א אנדערע חסידות ווי אים???

וואס איז זיין עבירה??? פלעין ווייל ער עסט ק"י פלייש???

***
איך ארבעט נישט ביי אבראהאם קאמפיין , אבער איך האף אז וויליאמסבורג וועט האבען שכל און טון די ריכטיגע שריט!
און נישט ווערן פארפירט פון די אלע שקרים און העצע וואס ווערט געשפיגען אין זיין ריטונג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 19:57 לינק ישיר 

טעראר און רציחה האט זיך נישט אנגעהויבען היינט ביי אבראהאם, עס האט זיך אנגעהויבען פאראיאר אין טאג פון די וואלען אויף הויכהילכערס אין די וויליאמסבורגע גאסען פערזענליך קעגען דעם געטרייען עסקן ר' משה דוד נידערמאן.

יעצט צו די אישו:
קיינער האט מיר נאכנישט פארענטפערט פארוואס מען האט פאריאר געמעגט שטיצען די פרא-תועבה קאנדידאט סקוואדראן? האט זיך די תורה געטוישט די יאר?

און נאך א זאך, דער איד ברענגט אשטיקל חידושי תורה תשט"ו פון אדמו"ר מסאטמר זי"ע אז עס איז נישט גוט צו האבען א היימישער איד אין די גאווערמענט, קומט די "גוט מארגען" און שרייבט עס איז שקר און פרעגט עס אפ מיט א אינדארסירונג פאר שטיינבערג, ער האט זייער גוט אפגעפרעגט אז מען האט נישט געפאלגט זייער רבי'ן, אבער די חידושי תורה איז נאכנישט אפגעפרעגט, און עס איז נישט קיין שקר, דאס איז די דעת תורה פון רבי'ן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 20:02 לינק ישיר 

זשוליאני08 כתב:

ווער עס קען זאל ביטע ברענגען בילדער פון די שמוציגע ספרעי פעינט וואס זיי האבן אנגעשמירט.
און פון די גרויסע געמיינע פלאקאטן וואס זיי האבן געהאנגען די נאכט.


אדרבה זאל די וועלט זעהן וויאזוי דעמאקראטיע דארף אויסקוקן !

און אויב איינער לויפט קעגן תועבה איז טאקע צא טמא יאמר לו?!

זאג נאר איז מארק גרין געווען פאר תועבה אדער א קעגן תועבה הא?...איך געדענק דען נישט ווי די.. מיט אלע דיינע ליוזערס  זענען געשטאנען דארט אויף די טרעפ פין סיטי האל אין געגעבען ענקער אינדארסמענט? (וואס האט זיך ביי די וועי אויס געלאזט ווי אלע ענקערע חלומות.....)    .SO CUT THE CRAP 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/9/2009 20:17 לינק ישיר 

יכול.
מאך נישט קיין ליצנות פון דברי יואל ווען ביי ענק איז עס א גאנצע ליצנות און נישט מער ווי א גאטשע בענדל וואס מ'ציט אהער און אהין ווען מ'וויל.

דער גוט מארגן פרעגט זייער גוט:

וואס איז געווען מיט דעם זעלבן דברי יואל וואס סאטמאר האט איגנארירט אין תשל"ד, ווען דער רבי איז געווען צווישן אונז?

איז טאקע נישט געווען קיינער וואס זאל ב רענגען דעם דברי יואל דעמאלטס?
וואו איז געווען ר' סענדער דייטש און ר' לייביש לעפקאוויטש, מיט ר' יוסף אשכנזי, מיט ר' יודל ראזענבערג מיט ר' חיים הערש יאקאבאוויטש מיט ר' שלמה בראווער, מיט ר' יונה וויטריאל, מיט ר' מרדכי לייב כהנא, מיט ר' אברהם ווערצבערגער?

אלע קהלות האבן אין תשל"ט אינדארסירט משה אהרן שטיינבערג, און דער זעלבער דער איד האט עס געדרוקט... האסט אפשר א תירוץ?

דעמאלט האט שטיינבערג נישט געקענט לויפן ווי אבראהאם לויפט היינט... דעמאלט איז מען נישט געלאפן סתם אזוי.

ער איז געלאפן ווייל סאטמאר האט אים געשטעלט !
קהל יטב לב האט געשטעלט א קאנדידאט פאר אסעמבלי !
און דאס איז געווען ברצון פון הייליגן רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע

בלי שום ספק !

סאטמאר האט געהייסן יעדן שטימען פאר אים !

געוואלד און געשריגן - האט מען דעם הייליגן רבי'ן נישט פארציילט אז מען אינדארסירט א היימישן סאטמארן אינגערמאן,  משה אהרן שטיינבערג?


ביטע ענטפער !
יא דיך מיין איך. ביטע




א דאנק.

תוקן על ידי זשוליאני08 ב- 14/09/2009 20:16:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 20:25 לינק ישיר 




 



תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 14/09/2009 20:36:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2009 20:37 לינק ישיר 

יא! יא! מר' א בני יואל

די זעלבע וואס האבן עס דאן געטאן, די זעלבע טוען עס היינט אויך!

דער אפיציעלער ווארט זאגער פון די פארטיי, וואס פראבירט זיך צו לעקען צו ענק, איז דאן געשטאנען בראש המערכה, וואס זיין געטרייער אויבערהאר בן פראדעל האט אים געהייסען, האט ער אויסגעפירט בשלימות, נאך אזאך אויב האט מען געמיזט האבן א קאר, איז געשטאנען גרייט 24 שעה די קאר פונעם משב''ק פונעם ''סבא ,שרף,שר בית השזיגאן, הגרז''ל טייטעלבוי, יודא צבי גפן, דאן האט ער זיך נאך געריפען יודילע וויינשטאק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 21:07 לינק ישיר 

זשוליאני,

האסט נאך אלץ נישט פארעטפערט פארוואס ווען מען ברענגט א "דער איד" פון 35 יאר צוריק איז די חידושי תורה אפגעפרעגט, וואס איז די דעת תורה פון "בעל דברי יואל"? דאס איז נאר אין חידושי תורה נישט אין דער איד און נישט אין דער בלאט, און דארט שטייט בפירוש אז עס איז נישט גוט ווען א היימישער איד איז אין די גאווערמענט.

און אויף די ערשטע קשיא האסטו זיך בכלל נישט וויסענדיג געמאכט. איז דא א תירוץ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 21:14 לינק ישיר 

איין זאך זעה מיר זייער קלאר.

ווען מ'וויל גייט מען אריין אין שול אן א געהעריגע מחיצה... און מ'גיט זיך אן עצה מיט'ן דברי חיים.
ווען מ'וויל גייט מען אריין אין א שול מיט א גרויסן מגן דוד... מיטן ויואל משה האט מען קיין פראבלעם.
ווען מ'וויל גייט מען זיך מתדיין זיין אין ציוניסטישן קאורט... מיט'ן רבי'ן זי"ע האט מען קיין פראבלעם...


ווען מ'וויל שינדן יענעם די הויט און פאר פאליטיק רייסט מען אויס כל התורה כולה, און פארגיסן יענעמ'ס בלוט א וואך פאר ראש השנה, דעמאלט פארגעסט מען אז דער זעלבער רבי האט דאס אליין געטאן תשל"ד, איז א סימן אז נישט דאס מיינט מען.

קיין שתי תורות איז חלילה נישט פאראן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 21:19 לינק ישיר 

עס איז קלאר אז דאס איז אלעס א קייט פון "מציצה בפה" ערב תש"ע.

א יאר צוריק האט מען אנגעהויבן מאכן א מעשה, אז סקוואדראן איז קעגן מציצה בפה.
מ'האט געקאלט יעדן אינדערהיים 40 מאל אז די תורה רח"ל איז אין געפאר.

יעצט מאכט מען משוגע מיט אנדערע ליגענט


הצד השוה שבהן, אלע שייגעץ שטיק שמירט מען אויף יענעם.

מ'שטיצט א תועבה קאנדידאט, ווען ס'איז דא איינער וואס איז דערקעגן.
און דערנאך פאדרייט מען א קאפ מיט נאך א טאן שקרים !


דאס איז שפיכת דמים קעגן א היימישן איד, על לא עול בכפו.
אבראהאם האט קיין איין איינציג צעטל נישט געמאכט קעגן נידערמאן.
זיין צייטונג דערמאנט נישט נידערמאן אפילו ברמז.

ער פירט א קאמפיין קעגן לעווין.
קומען די מענטשן פרעסער און הייבן אים אן צאפן דאס בלוט און מאכן אים פאני קאלס.

דאס איז רציחה נוראה !




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 21:32 לינק ישיר 

פארוואס זאל ער מאכען א צעטעל קעגען נידערמאן?? נידערמאן איז נישט קיין קאנדידאט פאר סיטי קאונסיל! אבראהאם איז! אז די לויפסט פאר פאבליק אפיס זיי גערישט אויף די consequence.

If you can't take the heat, get out of the kitchen!

נ.ב. האסט זיך נאך אלץ נישט וויסענדיג געמאכט פון די ערשטע קשיא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 21:39 לינק ישיר 

אפשר קען מען דא זען דעםשטיקל חידושי תורה תשט"ז וואס דער יכול רעדט דערפון,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 21:39 לינק ישיר 

דיין ערשטע קשיא איז קיין קשיא נישט.
ווייל סקוואדראן איז געלאפן קעגן ר' מאטי קאנער. אויך פרא תועבה.

ווען עס איז נישטא קיין אויסוואל, איז נישטא קיין הלכה צו זיצן אינדערהיים.

אבער יעצט אז ס'איז יא דא, און דאך קענען אידישע קינדער מלחמה האלטן מיט דעם ערליכן קאנדידאט און אינדארסירן איינער וואס איז פאר תועבה איז א עזות.

יעצט לייג צו קאפ:

מ'רעדט נישט דא פון אינדארסירן פרא תועבה.
מ'רעדט דא פון אנהייבן א קאמפיין פון טעראר און רציחה קעגן דעם אנדערן קאנדידאט, מיט אפענע און עקלהאפטיגע שקרים, נוסח מציצה בפה.

דאס איז א רציחה ממש !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 22:04 לינק ישיר 

איך האב נישט געוואוסט אז די ביסט דער בלאט פוסק וואס פסקנ'ט די הלכות.
אויף דעם קול קורא פון וואס עטץ רעדסט שטייט נישט די הלכה אז מען מעג שטיצען תועבה אויב עס איז נישטא קיין אויסוואל.

און צווייטענס, וועם האט איר אינדארסירט ביי הילערי קלינטאן קעגען ריק לאזיא? קלינטאן, פרא-תועבה קעגען לאזיא, אנטי-תועבה! סאו האק נישט אין קאפ אריין אז דאס איז ענקער אישו.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טעראר רציחה און בלוט פארגיסונג קעגן אבראהאם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext