| נשלח ב-1/10/2009 18:13 |
|
| |
KJ ווילעדש ארדערט צו אראפנעמען רעביצין שול סוכה.
דיסקלעימער (הבהרה): איך קען נישט נעמען אחריות אויף די קראנטקייט פון די מעשה ווייל מיין סארס איז פון א גאר שוואכער מקור, אייגנטליך פון דעם היידפארק שרייבער הידוע מיט די 20 ניקס און די גרויסע באלד אותיות.
אויב ס'אמת האב איך צו זאגן 2 פוינטס:
1. פאר א פערד געבט מען שטרוי, נעקסט טיים גייטס נישט בערכאות של עכום אן קיין איין איינציגער הזמנה לבי"ד. ענק האבן זיך אליין ציגעגרייט ענקער בעט. מ'האט ענק געווארנט בתחנינים נישט צו אנמאכן א חילול השם, נישט צו מאבד זיין אידיש געלט פון ביידע צדדים. זאל עס זיין א לעסאן למען ישמעו ויראו, איינער וואס איז מחלל שם שמים שנייט נישט גוט אפ.
2. ענק זענען זיך סותר מקצה אל הקצה, קודם געבן ענק זיך נייע התירים צו גיין בערכאות ווייל ס'א גויאישע ווילעדש וואס איז אונטער ניו יארק סטעיט געזעצן, אבער ממש באותו רגע שעלט עטס צאם ר' אהרן זעלבסט פאר די צרות, אויב ס'א גויאישע ניו יארק סטעיט ענטיטי וואס איז ר' אהרן שולדיג, איז ער אפשר גאווערנער פון ניו יארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 18:17 |
|
| |
דו גאנצע זאך קען נישט זיין אמת, ווייל יעס ווי קען
האט דאך פראקלאמירט אז זיי האבן געווינען.
ס'איז סתם א עלילת דם,
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 18:20 |
|
| |
עה קען נישט זיין, עס איז געשטאנען אין די רעקארד און וואס איז נייעס אז די ווילעדש האט פארלוירען...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 19:07 |
|
| |
עס איז נחת צו זען וואו די זאליבאנער / בני יואל שפרינגען, ווען עס געלונגט זיי נישט עפעס א גניבה!
די רעביצין אלטא פיגא ע''ה האט תיכף נאך די הסתלקות פון רבינו הקוה''ט זי''ע, פארלאנגט פון ר' לייביש לעפקאוויטש ע''ה רה''ק, אז מען זאל איבערשרייבען די דירה אויף איר נאמען,
ר' לייביש ע''ה איז אריין געגאנגען אל הקודש פנימה, צו רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע אנצופרעגען כדת מה לעשות, צו מען קען נעמען א קהל'שע בנין און איבער שרייבען אויף א פראוואטער אייגענטומער,
דער רבי דער ברך משה זי''ע האט אים תיכף גענפערט, אז אזוי זו רייסט איין וועלטען דעראויף, און מען וועט איר נישט נאכגעבען, גייט דאס אריין א איסר דארייתא פון מצער זיין אן אלמנה,
און ר' לייביש ע''ה האט זיך צו געהערט און ער האט פארשריבען די דירה אויף איר פראוואטער נאמען,
עס איז אריבער א פאר יאר, און עס האט זיך אנגעהויבען א ריס פון הרבנית הצדיקות תחי' מיט סאטמאר, האבן זיך אלע ''גוטע פריינד'' סדרנים, שלעגערס,קיפה של שרצים, וכל שם וחניכא דאית ליה, אנגעהויבן זיך צו גרופירען און דעם דירה,
עס איז ליידער פארוואנדעלט געווארען פאר א ריכטיגע מערת פריצים, פון לייצים, בעלי מחלוקות, בעלי תאווה'ניקעס וואס האבן גגעליכען צו פארזוכען פון די געשמאקע מאכלים, וואס די רעביצען האט א הער געשטעלט אויף גאר א ברייטער פארנעם,
דארט האט מען פלאנירט, ואס מען קען אלס שעדיגען די אונטערעסן פון די קהלה מיט די הייליגע מוסדות, וואס איר מייסד האט געוואוינט טאקע און דעם דאזיגע הייזקע,
דארט האט צוזאם גערעד אויף קהל און אויפן ברך משה זי''ע כל דבר אסור, עס איז געווען וכל המרבה לקלקל את הסיגוטער הרי זה משובח!
און קהל האט אלעס צוגעזען, און געשוויגען! כדי נישט מצער צו זיין די רביצין ע''ה,
י''א סוין תשס''א ווען די רביצין ע''ה איז נתבקש געווארען לישיבה של מעלה, און די זאלי מגפה, האט שוין געבושעוועט, און אונזער לאגער, און הפקירות, און דער היתר פון עת לעשות לה' איז אקטעוועזירט געווארען, און יעדע מיטעל וואס האט געקענט געניצט ווערן מצער צו זיין כ''ק רבינו שליט''א, און הנהלת קהלתינו הק' איז אטוימאטיש געווארען א מצוה רבה,
האבן די בני יואל געהויבן קעפ, און מען האט פארוואנדעלט דאס דירה, פאר א צענטער, מען האט געפענט די מקווה, צוגעבויעט שטיבער, בקיצר מאסיווע קאנסטראקיציע,
כאטש וואס דאס איז בלויז געווארען איבערגעשריבען פאר א ''דירה'' וואו די רעבעצין זאל האבן איר אייגען הייזקע וואו אראפ צו לייגען דעם קאפ!
דאך האט זיך קהל אפגעהאלטען פון נעמען דראסטישע שריט,
ביז.....
ווען די בני יואל לייט, האבן מיט א בלעכענעם פנים, זיך נישט געשעהמט פון ארויף שטעלן מאסיווע ער קאנדישען יוניט'ס אויפן דאך פון ביהמ''ד,
האט קהל געזאגט ביז א הער!!!!
זענען די ''הייליגע'' בני יואל, וואס רירען זיך נישט א וועק קיין זוז כל שהוא פון וואס רבינו ההקוה''ט זי''ע האט אונז געלערנט, זיי זינגען מיט אן התלהבות, וואך איין און וואך אויס דעם קל אדון, און עסען די זעלבע פארעם לאקטשען וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט געגעסען, געגאנגען אונעם גויאישען קארט, וואו די אחים החשובים ממשפחת וואלדמאן, האבן זיך גוט אויסגעקענט, מיט א טענה היתכן? מען לאזט זיי נישט פארזעצען מיט די גניבה?
עס איז שווער צו פארשטיין וואו זיי האבן זיך געקענט איינהאלטען פון לאכען בשעת זיי האבן עס געטאן!
די זעלבע מיט די בית החיים, זיי האבן פארכאפט די מאכט אויף די נכסי הקהלה, מיט די הילף פון די פאליציי, מיט משה דוד נידערמאן, און ווען עס איז געלונגען פאר קהל אנצוהאלטען קאנטראל אויפן בית עולם,
שעהמט זיך נישט דער ר' זלמינו צו וויינען גזלנים, חמסנים,
דאס אז עפעס א עם בפני עצמו!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 20:29 |
|
| |
סתם קלאר צו שטעלן
די בני/זאלי'ס/בגץ'ניקעס האבען גערופען ''קהל'' אין קארט, ווען קהל האט געלייגט די עיר קאנדישאן'ס אויף די דאך, פין די ''הויז'' וואס ''קהל האט געבויט'' פאר די רעביצין צו וואינען.
{ווי שוין ערווענט, מיט די זעלבע איסור ווי אין וומ''ס, ב''פ, בני ברק, מאנטריאל, וכו' כדרכם בכל התורה}
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 22:01 |
|
| |
איך ווייס נישט פארוואס דא א סך גרעסערע ארוינים, און אלעסווייסערס בעסערע שרייבערס ווי דעם רעביענקל, אבער ווען די שרייבסט סאונד עס אייביג אזוי שוואנציש אזוי נערראי מיינדעד, איי עם סאררי איך בין נאר אננעסט אפשר קענסטוך טוישן, א קליינע דוגמא בעלמא וויל איך דיר אויפקלערן, דא איז נישט קיין צייטונג קיין בלאט - דאס איז א טשעט פלאץ, און דו מיינסט אז יעדעס מאל דו רעדסט פון זאליס אנשטאט רופן זאליס אדער עני נאמען אנצוכאפן פון וועם מ'רעדט דארפסטו זאגן די גאנצע תמימותדיגע ניגון וואס די בלאט שרייבט.....
איך בין זיכער אנדערע ארוינים האלטן אויך אזוי, בעסיקלי די פוינט איז קיעפ איט קאאל, נעם נישט אלעס אזוי פערסאנעל און זיי נישט אזא יאנטשי שוואנץ 'ביים שרייבן' -סתם אזוי קענסטו זיין וואס דו וואולסט,
דיין פריינט, זעליג
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 22:03 |
|
| |
איך ווייס נישט פארוואס ס'איז דא דא א סך גרעסערע ארוינים, און אלעסווייסערס בעסערע שרייבערס ווי דעם רעביענקל, אבער ווען די שרייבסט סאונד עס אייביג אזוי שוואנציש אזוי נערראי מיינדעד, איי עם סאררי איך בין נאר אננעסט אפשר קענסטוך טוישן, א קליינע דוגמא בעלמא וויל איך דיר אויפקלערן, דא איז נישט קיין צייטונג קיין בלאט - דאס איז א טשעט פלאץ, און דו מיינסט אז יעדעס מאל דו רעדסט פון זאליס אנשטאט רופן זאליס אדער עני נאמען אנצוכאפן פון וועם מ'רעדט דארפסטו זאגן די גאנצע תמימותדיגע ניגון וואס די בלאט שרייבט.....
איך בין זיכער אנדערע ארוינים האלטן אויך אזוי, בעסיקלי די פוינט איז קיעפ איט קאאל, נעם נישט אלעס אזוי פערסאנעל און זיי נישט אזא יאנטשי שוואנץ 'ביים שרייבן' -סתם אזוי קענסטו זיין וואס דו וואולסט,
דיין פריינט, זעליג
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 23:06 |
|
| |
מיך וואונדער וואס די זאליס און בני יואל וויינען איצט.
זיי זענען געגאנגען אין קאורט אן א היתר בית דין.
זיי האבן בכלל נישט געשיקט קיין הזמנות.
זיי האבן זיך אויפגעפירט ווי טיפיקעל בני יואל/זאליס
אצינד זאלן זיי באצאלן דעם פרייז.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 23:39 |
|
| |
יעצט געליינט דער בריוו פון די אהרוני קהל לויערס, זיי שרייבן די פאלגענדע:
1. אזוי לאנג די הויז ווערט נישט צוריק טראנספערמירט צו א לעגאלע 1 פאמיליע היים האקן זיי אפ אלע יוטיליטיס
2. די סוכה מיט א טרעילער איז געבויט אויף קהל'ס שטח און זאלן עס תיכף אראפנעמען אנדערש וועלן זיי בילן א געפעפערטע פרייז פאר רענט.
3. (דאס האט מיר געקאסט א לאך) לכבוד יו"ט, זענען זיי מאור דען וועלקאם צי ניצן די גרויסע שול מיט די סוכה, און מ'וועט זיי אפי' ציטיילן א שטיבל צי דאווענען.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2009 02:26 |
|
| |
איך גלייב נישט אז דוד עקשטיין וועט טוהן אזא געמיינע זאך אפצושפארן א בית מדרש וואס איז א מקום תפילה איבער 30 יאהר בקביעות.
מסתמא איז דאס די ארבעט פון משה גבאי
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2009 04:38 |
|
| |
צבי הירש איך בין מחולק מיט דיר
איך גיי נישט אריין אין וועמענס ארבעט דאס איז, אבער נאטור איז א שטארקע זאך און ווען איינער האט א קריגעריי מיט איינעם דאן איז נישט מער ווי נאטורליך אז מען זאל צוריקפייטן מיט ציין און נעגל
און מיט דעם מיין איך סיי דוד און סיי משה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2009 06:53 |
|
| |
ווער געדענקט דען נישט, ווען די זאליס האבן אפגעהאקט לעקטער אינעם כולל זופניק בילדינג
אין דער גענגסטער יודל שלעזינגער מיט זיין איידים דער שלעגער וואלוי לאנדא
האבן געברענגט הינט רח"ל
כדי ארויס צי ווארפן הרב הגאון ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א מיט 200 יונגעלייט
דעמאלס האבן זאליס געהאלטן אז דער חי' יודל שלעזינגער איז גערעכט
עסט עס יעטץ אויף....
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2009 18:11 |
|
| |
די חברה זענען אבאנדע עטענשן סיקערס, סייקאוס, וואסי מיטאמאל ווערד צי רעדן פון זיי, זיי לעבן זיך אין זייער אייגן וועלטל אז די וועלט גייט זיך יעצט איבערדרייען מיט דעם וואס זייער קרעטשמע איז אפגעהאקט די לעקטער, באמת א רחמנות אויף זיי.
איך האלט אז קהל האט דא געטאן א געוואלדיגע שריט מיטן זיי געבן דאס טויט, נישט ווייל איך האלט אז זיי גייען מיט דעם אפשפארן די קרעטשמע, אדער יא אדער נישט, ס'אינטערסירט מיך נישט, פשוט צו לערנען זיי א לעקציע למען ישמעו ויראו, נישט צו גיין בערכאות, מחלל שם שמים זיין, מאבד זיין ממון ישראל ממון הקדש, איבערהויפט ווען זיי פירן ווען אויס, וואלט קהל געדארפט ארויסנעמען אלע זייערע ערקאנדישן יוניטס און אנדערער יוטיליטי ליינס אזאך וואס וואלט אפגעקאסט בלי גוזמא הונדערטער טויזענטער דאלאר.
ועל כולם איז דער גאצער אייגענטומערשאפט פונעם הויז ע"פ תורה, באלאנגט דאס פאר קהל, נאר מ'האנדלט דאך דא מיט מענטשן וואס האבן אויסגעריסן כל התורה כולה ווען ס'קומט צו זיך שלאגן מיט סאטמארע רבי, ווען זיי גייען בערכאות רעדט מען מיטאמאל קיינער דערפון ס'שוין א רגילות, עבר ושנה נעשה לו כהיתר.
איין אינטערסאנטע פונקט פון די גאנצע קעיס, וואסי קומט מיר פשוט צי לאכן, וויזוי זיי קענען נעבעך איינרעדן זייער קעלבער אז זיי האבן געוואנען, דער מציאות איז אז זיי זענען געווען די אנקלעגער (אן קיין איין הזמנה לדין ווי געשמועסט), זייער ארגינעלער קלאגער איז געווען אז קהל זאל ארויסרייסן די ערקאנדישן פון די שטח ארום די הויז, דאס איז געווען דער איין איינציגער קלאגע, גארנישט מער, האט קהל געמאכט 2 קאנטערקלעימס, איינס אז דער שול איז אומלעגאל, 2 אז מ'זאל זיי באצאלן פארן ניצן זייער פארקינג לאט, וואס ווי יעדער פארשטייט אז מ'וואלט ממילא נישט געזען קיין פעני פון זיי.
און אראנדש קאנטי האבן זיי אלעס פארלוירן, ווידער דער אפעלאט האט געזאגטט אז זיי לאזן אלעס, חוץ די געלט פאר פארקינג מוזן זיי נישט באצאלן.
אבער מ'מוז דאך בארואיגן די קעלבער אז מ'האט געווינען, איז מען אויפגעקומען מיט א קאפשטיק, נעמליך די קעיס איז בכלל נישט געווען וועגן ציטריט צי די שטח, נע, בכלל נישט, אויך נישט איבער די לעגאליטי פון די שול, נע, בכלל נישט, די קעיס איז גאר געווען, הערטס גוט, ווער ס'בעה"ב אויפן הויז! באמבע! פאר דעם געלט וואלטן זיי שוין געקענט זאגן אז זיי זענען בעה"ב אויף סאסמאן און חרדים.
אויב איינער ליינט די אפעלאט פסק, איז דאר נישט מוזכר קיין איין איינציג ווארט וועגן אייגענטימערשאפט פון די הויז, מיטאמאל ברמז, גארנישט, זערא, זילטש, ניאדא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2009 18:52 |
|
| |
האבן די בני יואל אמאל געווינען דעם הויז דורך א דין תורה? דאס איז קהל'ס שול. קהל האט קיינמאל נישט מוותר געווען דערויף. נאר אזוי ווי די בני יואל זענען גבר אלימס און גייען אין קאורט האט מען עס ביז היינט נישט געקענט צוריקבאקומען פון זיי.
ניין, נישט משה גבאי האט דאס געטאן נאר מיר אהרונים.
די רביצינ'ס הויז איז אונזערס ע"פ הלכה, די בני יואל דאווענען דארט בגניבה ובגזילה. מיר מעגן טאן וואס מיר קענען עס צוריקצובאקומען.
און אגב, עטס קענט נישט יעדן טאג זינגען אן אנדערן ניגון. האט עטס געווינען דעם הויז אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2009 20:36 |
|
| |
| זעליג_כהן כתב: |  | |
א קליינע דוגמא בעלמא וויל איך דיר אויפקלערן, דא איז נישט קיין צייטונג קיין בלאט - דאס איז א טשעט פלאץ, און דו מיינסט אז יעדעס מאל דו רעדסט פון זאליס אנשטאט רופן זאליס אדער עני נאמען אנצוכאפן פון וועם מ'רעדט דארפסטו זאגן די גאנצע תמימותדיגע ניגון וואס די בלאט שרייבט.....
[/quote]
לאז מיך ביטע פארשטיין וואס דיר טוט וויי?
אויב טוט דיך וויי, אז איך שרייב בני יואל אין די זאלי'ס אלס איין כת,
דאן פארשטיי איך דיין ווייטאג, ווייל אין פאקט זענט איר די זעלבע קאטעגאריע ווי זיי, אין איר ארבעט קעגן סאטמאר פינקט ווי בלק אין בלעם האבען געארבעט קעגן די אידישע קינדער,
נאר ענק ווילן נישט באלאנגען צו א קהילה וואס איז ג'אסרט געווארען בשעתו דורך אלע גרעסטע גדולי הדור ז''ל, אין ציליב דעם האט איר געטוהן די זעלבע ווי זיי נאר מיט א אנדערע נאמען, אבער די אלע גדולי הדור האבען אבער געשריבן א טעם פארוואס זיי אסר'ן די בני יואל, אין ע''פ זה איז אויף ענק חל די זעלבע איסור....
|
| לאז מיך ביטע פארשטיין וואס דיר טוט וויי?אויב טוט דיך וויי, אז איך שרייב בני יואל אין די זאלי'ס אלס איין כת, דאן פארשטיי איך דיין ווייטאג, ווייל אין פאקט זענט איר די זעלבע קאטעגאריע ווי זיי, אין איר ארבעט קעגן סאטמאר פינקט ווי בלק אין בלעם האבען געארבעט קעגן די אידישע קינדער, נאר ענק ווילן נישט באלאנגען צו א קהילה וואס איז ג'אסרט געווארען בשעתו דורך אלע גרעסטע גדולי הדור ז''ל, אין ציליב דעם האט איר געטוהן די זעלבע ווי זיי נאר מיט א אנדערע נאמען, אבער די אלע גדולי הדור האבען אבער געשריבן א טעם פארוואס זיי אסר'ן די בני יואל, אין ע''פ זה איז אויף ענק חל די זעלבע איסור....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 21:13 |
|
| |
keep it up, טאקע דאס האב איך געמיינט
[/quote]
פינקט ווי בלק אין בלעם האבען געארבעט קעגן די אידישע קינדער 
|
|
|
|
|