| נשלח ב-12/10/2009 07:14 |
|
| |
א קלאץ קען באמערקן אז דאס איז א צוזאמגעשטעלטע קליפ.
נישט קיין חילוק וואספארא גרויסע עולם ער האט געהאט זיצט ער נאך אלץ אין ראדני, ער זיצט נאכאלץ אין די גרויסע אומגעבויעטע שוהל אויף ווילסאן און די ארונים זיצן ביים בארא פארק היטש פלאץ....
אונז געדענק מיר נאך ווען דער קדוש וטהור פון מאנרא האט געווארט אויף היוז סטריט עטליכע יאר צוריק און געווארט אז מ'זאל איהם קומען זאגן די בשורה אז זיינע מעכטיגע ארמייען זיינע ''יעשיווע בויעס'' האבן איינגענומען ראדני....
מיט דיין ווידיאו מאכסטו דיין להחזיר פרעה ליושנה פארטיי נאך מער צו שאנד און צו שפאט, אזא קליינע הייפעלע אפגעפליקטע בני יואל'ע מטורפים האבן געקענט צוויי יאר נאכאנאנד בייקומען ענקערע גרויסע ארמייען...
מ'האט ענק ארויסגעפירט פון ראדני מיט אזעלכע בושות, אנע שיך, מיט צוריסענע בעקיטשעס, און האלבע שפיצן וואס זענען נאך פארבליבן פון די שטריימלעך....
איך קען נישט סטאפן צו לאכן ווען איך דערמאן זיך וואו מ'האט שמיני עצרת ביינאכט ארויסגעפירט א אינגערמאן איינע פון דעם קדוש'ס געוועזענע הויז בחורים פארן איבערדרייען דעם מזרח וואנט פארענטש, אויפן וועג האט דער עולם געפליקט פון איהם שטיקער, ביי די טיים ער איז אנגעקומען אינדערויסן איז ער געווען האלב נאקעט, אבער ער האט נאכאלץ געשריגן: צאמערעס!....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 20:31 |
|
| |
איך קען נישט זעהן דעם קליפ, וועגן מיין פילטער
אבער פין פרוכטבאר'ס ווילדע תגובה זעה איך אז מ'זעהט דארט ווי ליידיג עס איז ביי מהרז''ל אין הו''ר, אין ער פראבירט צו שרייען אז עס איז צאמגעשטעלט.....
סוי איך וואלט זייער געוואלט בעטן פין פ''ב ער זאל ברענגן די ''אמת'ע'' בילדער,
ווייל עס זענען געווען ציפיל לעבעדיגע עדות אין ראדני פין אלע קרייזען, וואס האבען געזעהן דעם ביטערן מציאות אין ראדני, סיי בכמות, אין סיי באיכות......
א שאד געווען אויף די לעקטער אין עיר קאנדישאן, עס קען עס רואיג מאכען אין פאליש.... אין ''ראדני''
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 20:58 |
|
| |
פרוכטבער,
ס'קען אפשר זיין אז די קליפ איז פאלש, אבער וואס מ'זעט דארט איז אמת.
איך בין דארט געווען הושענה רבה ביינאכט ביים טיש, און ס'איז געווען שרעקליך לער.
איך האב נישט קיין קאמערא מיט מיר, און איך כאפ נישט קיין בילדער, די קליפ פון תשס"ט און תש"ע זענען גענוי פונעם טיש פון רבי זלמן לייב טייטלבוים.
איך בין אויך געווען ביי די הושענה רבה דרשה אין ראדני, און דאס לערקייט "בכמות" איז שרעקליך.
נישטא קיין פארענטשעס פאר די בחורים, ווייל די בחורים זענען נישטא. וואו זענען זיי ווייס איך נישט.
דאס לערקייט באיכות דארף איך בכלל נישט רעדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 21:24 |
|
| |
איך האב אלע יארן מעריץ געווען רז"ל אלס דעם רבינס א קינד, ממילא היינט מיט וויפיל רשעות ער האט נאר נישט געטון האלט איך נאנישט אז ער איז די סט"א (פשוט איך האב נאכנישט באקומען די ליסט פון זיי, ס'איז דא אידן - א שטייגער ווי מיילעך שטערן וכו' - וואס זענען אויפגעסיינט חודשליך צו באקומען די ליסטע ווער ס'באלאנגט צו די סט"א)
עכ"פ הו"ר הערנדיג קול מבשר האב איך געהערט א ליסטע אז מען קען הערןם עטליכע הו"ר דרשות האב איך באשלאסן איך וויל הערן וואס ער זאגט, וואס זאל איך אייך זאגן, איך זע ער האט קלוגע חסידים, מען האקט אים אן אויך קול מבשר פשוט מען זאל זען די באן פארט, ס'טוט זיך הו"ר דרשות, אבער קיין דגרשה האב איך נישט געהערט, מיר לעבן נישט היינט פאר צוואנציג יאר צוריק און ווען מען וויל קען מען מאכן א הוק אפ ס'זאל זיך שפירן ווי ער שטייט נעבן דיר, איך האב אזויפיל פארשטאנען אז איך האב געהערט זיין קול, קיין מלה האט מען נישט געקענט פארשטיין (און נישט וועגן בכיות...)
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 12/10/2009 21:28:54
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 21:26 |
|
| |
און יא שמחת תורה, איי איי איז דאס געווען א שמחת תורה, די תורה פריידט זיך אז אידן ווייסן מיט וועלכן רבין זיך צו פרייען מיט די תורה
דאס פוסטקייט אויף די האום דיפא שעלפס האט זיך אנגעזען עד אין לשער
דער קלימאקס איז געקומען ביי די זעקסטע הקפה שמח"ת צופרי כידוע ווען דער בן השלישי האט זיך צושריגן אויף די געפערליכע הוללות און געשריגן עטס קענטס אלע אהיימגיין
(ער געדענקט נעבעך נאר די לעצטע יארן פון ברך משה ווען די באי ביתו האבן אים אויפגערעגט ליידער, מיינט ער אז דאס א מנהג אזוי ווי אושפיזא דיצחק גבורה)
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 12/10/2009 21:33:11
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 22:16 |
|
| |
רז"ל וואלט געברויכט זינגען מיט זיי עולם עולם למה עזבתני....
הושענה רבה ביי רז"ל איז יעדעס יאר ווי תשעה באב ביי אים, די שרעקליכע פיסטקייט וואס הערשט דארט איז אין לשער, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, עס איז פיסט און ליידיג, רז"ל פרובירט צו שפילן הויז ווי קליינע קינדערלעך און פראווענען הושענה רבה, פרובירען צו שפילן דעם שפיל, אבער עס איז ביטער ווי א זית...
ווי אזוי זאגט משה גבאי ווען ער קען ווען נעמט ער א שערל און שניידט אויס די דריי טאג יו"ט הושענה רבה שמיני עצרת שמחת תורה פונעם לוח...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 22:57 |
|
| |
די צינג אינדרויסן ווייס איך נישט, אבער מיט א אפענע מויל זיכער.
זעהן ווי אזוי צענדליגע טויזענע אידן פרייען זיך מיט די תורה, איז א קלייניקייט? זעהן ווי אזוי די רבי שליט"א פרייד זיך מיט די תורה, איז א קלייניקייט? הערן די רבי'ן דברות קדשו פאר די הקפות, זעהן די טרערן אין די אויגן פון אלטע אידן וועלכע האבן זיך געווייקט ביים רבין (איך מיין די רבי, און נישט די רביצין). און די עיקר די עבודה ביי די זיבעטע הקפה.
יא! איך בין ארויס מיט א אפענע מויל פון התפעלות ווי אזוי טויזענער און טויזענער אידן טאנצן אינאיינעם גאיש אחד בלב אחד. איינער זאגט א שכח פאר'ן אייבערשטער פאר'ן אים געבן די זכיה צו ענדיגן אפאר מסכות די יאר אדורך די ראמען פון יסודי התורה, און א צווייטער נעמט זיך פאר מהיום והלאה צו לערנן די שיעורים ווי אזוי עס דארף צו זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:06 |
|
| |
איך פארשטיי באמת נישט, פארוואס יאר איין יאר אויס, קומט מען דא מיט די זעלבע חכמה פין הו"ר קליפס ביי ר' זלמן לייב'ן
BIG DEAL!!
קיינער מאכט נישט קיין שום סוד פון דעם אז חסידי ר' זלמן לייב זענען אנדערע סארט חסידים ווי חסידי ר' אהרן,
מאי כולה רעש?
נאך אלעם האט ר' זלמן לייב טויזנטער חסידים איבער די וועלט, (איך וואלט געזאגט אפי' מער ווי ר' אהרן), וואס שטיצן איהם אלל-דעי-וועי 101% ווען ס'פעלט זיך אויס, וואס איז דען א נפק"מ אז זיי האלטן איהם נישט פאר א קאליבאר פון א רבי ומורה דרך, איך זעה נישט זאל איהם האבן געשאט, נאך 10 יאר פון די מחלוקה, שטעלט זיך ארויס אז אפי' ער האט נישט קיין פארברענטע חסידים וואס קומען צו איהם אין הייליגע צייטן פון יאר אדער קוויטלען זיך ביי איהם, האט ער אלס ווען ס'געקומען צו ענינים פון געלט אדער כבוד האט ער אלעמאל באקומען וואס ער האט געוואלט ווי דער גרעסטער רבי אין דער וועלט.
דאס מיינט לגבי די סטאטוס פון די מחלוקה, זעה איך נישט ווי זאל איהם האבן געשאט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:12 |
|
| |
סקאט.
מ'רעדט נישט ווער ס'האט א שענערע בעקיטשע
צי א גרינע אדער א רויטע
אדער וועלכע רבי האט א שענערע קאר, אדער גרעסערע אתרוג.. אדער גרעסערע ריזיגע בעכער.
מ'רעדט, וועלכער רבי איז דער ממלא מקום פון רבי יואלי'שן.
נישט פון ברך משה, נאר פון "ויואל משה".
איר הערט וואס מ'רעדט?
אויף דעם איז קיין קאנקורענט נאך נישט געבוירן.
און דאס איז נאר איינס אויף דעם דור.
ווער דאס איז, לאז איך פאר דיר צו ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:24 |
|
| |
מיט די צינג אינדרויסן ווייס איך נישט, אבער מיט א אפענע מויל זיכער.
יא! איך בין ארויס מיט אפענע מויל פון התפעלות זעהנדיג וויאזוי צענדילגע טויזענטע אידן פרייען זיך מיט די תורה. איינער דאנקט דעם אייבערשטער פאר'ן ענדיגן אפאר מסכות די יאר אינערהאלב די יסודי תורה. איינער נעמט זיך פאר מיטצוהאלטן דאס יאר די שיעורים. זעהן ווי אזוי עלטערע אידן, וועלכע האבן זיך געווייקט ביים רבי'ן ז"ל (די רבי דייקא, און נישט די רביצין) ווישן זיך די טרערן פון די אויגן. זעהן ווי די הייליגע עבודה פונעם רבי'ן, זעהן די שמחה של תורה פונעפ רבי'ן. הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן. און די עיקר ווען מיין אינגעלע פרעגט מיר ברוב תמימתו, "טאטי, אמת ווייל די רבי לערנט אגאנץ יאר, פרייד ער זיך אזוי?.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 01:03 |
|
| |
סקאט
זאלי טייערע! לאמיך הערן ווען האט רז''ל אנגעצויגען זיין מאקסימום עולם?
וואס דאן וועל איך זעהן אז ער האט מער מענטשן?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 02:14 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | איך רעד אויך נישט פון בעקיטשעס און קארס, איך רעדט פון "מספר חסידים",
|
|
תיקון טעות: "מספר שונאים".
דו ווילסט דא ציילן וויפיל שונאים רבינו שליט"א האט, אנשטאט ציילן וויפיל חסידים רז"ל האט. שטימט?
אפשר ביסטו מיר מסביר וואספארא נוצן רז"ל האט פון זיינע (?) מענטשן אויב נישט דאס אז זיי זענען זיינע חסידים? וואס?? וואס און ווען פארדינט ער עפעס דערפון?? א חוץ אויב זיין ציל אין לעבן איז שנאה און האס אויפן רבי'ן, דאן פארשטיי איך וואס דו רעדסט, אויב אבער רעדט מען פון א "חסידות" (אזאנס וואס משה גבאי האט זיך געחלומ'ט...) דאן איז דער באלאן א טאטאל צופלאצטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 04:38 |
|
| |
שונאים, שמאנים, איך הער שוין די תורות לאקשן 10 יאר, ס'איבלט שוין צו הערן די קינדישע גערעדכטס, טויזנענט סאטמארע אידן האבן עפעס זיך פארטשעפעט אויף ר' אהרן'ען על לא דבר, נעבעך נעבעך אן אומשולדיג שעפעלע, הערטס אויף מיט ענקערע נארישקייטן, ס'דא הונדערטער חסידי רז"ל איידעלע ציגעלאזענע אידן וואס ס'נישט שייך אויף זיי צו זאגן דאס ווארט "שונא", נעם למשל אזא איד ווי דער ר' יעקל ע"ה פון ביקור חולים ער האט ליב געהאט יעדן אידיש קינד, ס'פאסט מיטאמאל דאס ווארט "שונא" אויף איהם, און ער האט זיך אנגעהערט צו קהלה רז"ל, כהנה וכהנה
פארוואס קענט עטס נישט לייגן א שטיקל שולד אויף ענקער רבי'ן, זייטס כאטש עפעס מודה אז ענקער רבי האט א געפערליכע געזעלשאפט און חן פראבלעם, דאס איז א מציאות, קען זיין ער איז א גרויסער צדיק אבער ער האט נישט קיין כאריזמע, ס'שווער צו קאמיוניקעיטן מיט איהם,
וחלופיהן ברז"ל, די חסידי זלמן לייב זענען רובא דרובא פיינע ערליכע איידעלע סאטמארע, זיי ווילן פשוט זיין מאוחד תחת קורת גג אחת זיי ווילן באלאנגן צו א סאטמארע קהלה וואס ווערט געפירט כפי הדרכת רבינו יואל, האבן זיי בוחר געווען הרע במעיטו און זיך אנגעשלאסן צו רז"ל לייב'ן ווייל רז"ל איז לשיטתם א נארמאלער דשענטעלמאן און א וואוילער איד.
קוק למשל דער קלויזנבורגער ז"ל איז געווען א קדוש וטהור, אבער אין וומ"ב האט איהם קיינער נישט אנגעקוקט, פארוואס ווייל ער איז געווען א שווערער קאנטראווערסיעלער מענטש, אין די צייט וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל אויסער זיין קדושה וצידקות איז ער געווען א באחנטער מענטש, האט דאס געמיינט אז אלע סאטמאר חסידים זענען געווען "שונאים" פון קלויזנבורגער? דאס זעלבע איז מיט ר' אהרן קען זיין ער איז גרויסער מענטש אבער ס'שווער צו זיין חסיד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 06:00 |
|
| |
פארגעס נישט אויסצורעכענן אז די רבי ז"ל פלעגט אויך פארן מיט א עסקארט, און מהר"א נישט
|
|
|
|
|