| נשלח ב-12/10/2009 22:45 |
|
| |
זעלטן דערהויבענער יו''ט אין סאטמאר
עס איז נישט דא די משל אראפצומאלען דער דעהויבענעם יו''ט אין סאטמאר,
די ווארימע תפילות בעיקר ביי גשם, אין די הייליגע הקפות, אין די הייליגע תורות,
עס שטייגט יערליך איבער די פריעדיגע יאר, בכמות ובאיכות.
כ'ווייל ארויסברענגן אייניגע שטריכען: ואין מוקדם ומאוחר
די ווארימע דברי תורה וואס מ'האט זוכה געווען צו הערן צווישען די הקפות בפרט פאר די זעקסטע הקפה, ווען אזא ריזען ציבור איז געשטאנען צידריקטערהייט אינגאנצען שטיל, אין געהאלטען די קינדער שטיל, אזש כמעט די גאנצע ביהמ''ד האט געקענט הערן די תורה פין רבינו שליט''א. וואס האט אריינגעברענגט אזוויפיל טויזענטער יראים ושלמים אין אזא הויכע אטמאספערע.
די שווערע טויזנער קינדער ביי די קינדער הקפות ליל שמחות תורה,נאכ'ן געזעגנן פין די סוכה (די קינדער האבען פארנומען די פארענטשעס אויף דרום מזרח אין צפון, בליעה''ר) וואיל זענען פאר די עסקנים וואס האבען דאס אנגעפירט, ווען אזוויפיל טויזענטער תשב''ר טאנצען פאר הקב''ה, עס איז געווען אימבאשרייבליך
ספעציעל ביי די זעקסטע הקפה, נאך די ווארימע אין פאסיגע ווערטער פין ר' דוד חנני' ווייס - מנהל פין ק''י
די געזעגנן פין די סוכה אין ש''ש, ווען עס איז געלונגען פאר א ריזן ציבור זיך אריינצושטופן אינעם ריזיגען סוכה. אשרנו!
{אגב, נאך ש''ש ווער ר' שלמה שמש האט דורכגעשטיפט אויסצורופן אז די מענער זאלען ביים ארויסגיין זיך האלטן צו איין זייט כדי ס'זאל נישט זיין קיין תערובות, איז אים אראפגעפאלען די לעצטע קנעפל פין זיין טיש בעקיטשע, אין ער האט זיך אנגערופן, ''שוין לאנג נישט געפאלען קיין קנעפלעך....}
דער ביהמ''ד וועלכע איז גלייך נאכען עפענען שוין געווען פשוט ''צו קליין'', ווערט אבער מער אין מער אין ענג יערליך.
שטייענדיג אין די הייעך האב איך געקענט זעהן ספעציעל ביי די זעקסטע הקפה, ווי מענטשן פראבירן מיט אלע כוחות צו אריינצשטופן אין בית מדרש, אבער אן ערפאלג, בלו גוזמא!
טראץ וואס דער בית המדרש איז אזוי גענוט אויסגעשטעלט מיט די גאר הויכע פארענטשעס, ווי א ריזיגע הויכע באקס {די פארענטשעס פין אלע 4 זייטען זענען צאמגעקנעט, ביי אלע קארנער'ס צו קענען אקמאדירען די מאקסימום} אין אויף די (שמאלע) טרעפ פין די פארענטשעס איז מען בייטוג געשטענען צוויי פאכיג, איינער איטנערן צווייטען,
זאגט מיר איינער וואס האט זיך ''נישט געקענט אריינשטופן'', אז אינדרויסען זענען געבליבן א זעלטן ריזן ציבור, וואס האט מיטגעהאלטן פין די גאס.....
כ'בין נישט קיין שאצער, צו זאגען א נומבער וויפיל יודען האבען איינאיינעם גאטאנצען, אבער כ'האב נאך נישט געזעהן אזוויפיל יודען אינאיינעם טאנצען, מיט אזא התלהבות מיט די תוה''ק,
כ'האב נישט געקנט פארשטיין וויאזוי מ'האט געקענט עפענען א וועג פאר רבינו שליט''א, בשעת'ן ארום לויפען ביי די זעקסטע הקפה.
עס מיז אבער מער ארויסגערענגט ווערן די איכות ווי די כמות, ווען אזא ציבור יראים אין שלמים, פרייען זיך באמת מיט די תוה''ק, אויף א פארנעם ווי קיינמאל, אזא הייליגע עדה, וואס נעמט אריין אין זיך אזא רוב פין פרומע יודען יר''ש ותלמידי חכמים מופלגים וכו', די הערליכע פירות פין די שווערע הארעוואניע פין אינזערע הייליגע רבי'ס אין אינזערע זיידעס, האט אזוי שיין געבליט.
אוודאי טאנץ זיך מיט די תורה אויף אזא פארנעם, ווען מ'האט זיך מיט וואס זיך צו פרייען, אין מיט וועם זיך צו פרייען.
די עסקנים וואס האבען מצליח געווען למען טוהר המחנה אז די נשים האבען נאר גענציט וומ''ס סט' אין די אנשים האבען נאר געניצט הופער סט', איז זייער זכות אין לשער. אזוי אויך די פעולות נאכ'ן באגלייטען.
דער געהויבענער באגלייטען במעמד פין אזא ציבור בליעה''ר, אין די ברכת הקודש פין רבינו שליט''א.......
עס זינגט זיך פין זיך אליין'ס ''אשרנו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו''
אשרי העם שככה לו!
ווער עס קען אראפברענגן א דעטאלירטער רעפארט פינעם יו''ט איז מכובד דערצו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 22:50 |
|
| |
איך קען אראפברענגען טאמער די וועסט מיר געבען רשות...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:01 |
|
| |
פארוואס האסטו איבערגעלאזט די זיבעטע הקפה? ווי די רבי האט געטאנצן, און די עולם האט זיך געהויבן אין די ליפטן? די לעבעדיגקייט וואס האט דאן געהערשט? די שצחה של תורה וואס האט דאן געהערשט?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:07 |
|
| |
א נקודה וואס כ'האב הנאה געהאט צו זעהן
בשעת די הקפות האבען זיך געפינען אין ביהמ''ד יודן גאונים אין תלמידי חכמים מפלגים ווי קרית יואל'ע דיין, בארא פארקע דיין, וכו' וכו' כי רבים הם
אין נישט נאר אז ס'איז זיי נישט בייגעפאלען אז זיי דארפן פירן אליין'ס הקפות, ווי פרידמאן/פילאף/טירנויער, נאר זיי זענען געשטאנען אינאיינעם מיטן גאנצען ציבור אין זיך געשטיפט אין געטאנצען,אויף די פלאר, ווי אלע חסידים ואנשי מעשה,
(ווען אלע אינזערע דיינים אין שיינע יודן, וואלטען געווען זאלי'ס וואלט אין וומ''ס געווען נאך צענדליגע הקפות...)
נו! אין א ווינדער, אז אינזערע דיינים האבען זייער פארדינטע רעספעקט ביים חרדיש'ען יודענטום?
זיי פילען א טעם אין יו''ט, ווען זיי ווייקען זיך מיט טויזענטער סאטמערע חסידים ביים סאטמערען רבי'ן זיי דארפען נישט פראווען אליין....
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:18 |
|
| |
יעס ווי קען
הייב אן מיט דיינע דעטאלן
ליגנט נומער 1) קידוש אן א חלה דעקל
ליגנט נומער 2) ?????
(אגב, די לצים זאגן אז ווען מען קאמפערט די טיש פון רבינו שליט"א שמיני עצרת ביינאכט, און די הקפות פון רז"ל שמחת תורה ביינאכט, דעמאלטס האט רז"ל געהאט מער מענטשן, די רבי האט געהאט בערך 200 שטריימלעך און נאך 150 בחורים, און רז"ל האט געהאט בערך 400 שטריימלעך און 80 בחורים)
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:24 |
|
| |
האמת! איך הער אז דעס יאר איז געווען אזויפיל מענטשען ביי ענק ווי פאר א יאר...איז עס אמת?........
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:48 |
|
| |
יא גערעכט, נודה ולא נבוש, די זעלבע מענטשן ווי פאר א יאר, ווייל מער די מאקסימום האבן מיר נישט געקענט אריינשטופן, וכמעשה בשנה העבר מעשהו בשנה זו
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 00:54 |
|
| |
עס איז געווען אזוי שיין צו זעהן ווי אינאיינעם מיט אינז האבען מיטגעטאנצט אזוויפיל זקנים שקנו חכמה, בליעה''ר,
זיי האבען זיך מיטגעשטיפט איבער די כוחות, צו זעהן ווי דער ממלא מקום והולך בדרכם פין רבותיה''ק זי''ע טאנץ הקפות אין פריידט זיך מיט אינזער היילגע תורה.
אשרנו מה טוב חלקינו
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 03:40 |
|
| |
(בלעקבערי:)
וואס האט זיך אפגעטיען דעם יו"ט אין סאטמאר
איך בן נישט דא ציבאשרייבן דעם יום טוב שמחת תורה, פראסט אין פשוט איך ווייס נישט ווי אן ציהייבן לולא דמיסתיפנא וואלט איך געזאגט אז מען מיז צי דעם האבן א ר' אליעזר הקליר דעס צי באשרייבן ( איך וועל עס פרובירן צי באשרייבן ממש ראשי פרקים)
ס'איז נישט קיין ציפאל די לעצטע האלבע יאר איז מען אנגעפאלן סאטמאר מיט א געמיינע " סייבער אטאקע " דעס האט נישט געשריבן אפאר כולל יונגעלייטלעך וואס זיכן צי פארטרייבן דעם דעם טאג דעס קומט פין דעם באקנטען צרעת נושנת הנקרא משה בן פראדל וסיעתו וואס די לעצטע 15 יאר איז ער אבן נגף פאר כלל ישראל
ס'רעדט זיך קיינער נישט איין אז ווען משה בן פראדל האט געזאגט אין די אינטערוויא פארן שבוע טוב יעצט אויף יו"ט ווען דער שרייבער האט געפרעגט וואס ער זאגט אז סאטמאר כח איז ציבראכן אין די וועלט ? האט בן פראדל גענפערט " WHO CARES " ( איך רעד שוין נישט פין דעם חלק אז אזא תירוץ פאסט פאר א ניגור )
ווער ס'געדענקט ווען בן פראדל האט גערולט סאטמאר האט מען נישט געקענט בויען א טוילט אין די מאנטשסטער בית רחל וואס האבן געלרנעט גענוי 12 מיידלעך אן זיין רשות איך רעד שוין נישט פין דער בלאט, נאר די מערכה וואס ער האט געפירט מיט די חודש'ליכע אויסגאבע דער יודישע געדאנק וואס איז ארויס געקומען שווארץ אויף ווייס דורך אפאר גירושים אין בחורים האט ער געפירט א מערכה אזוי ווי גיוס בנות... משה בן פראדל איז אין דעם הבה נתחכה פילזאפיע 24 שעה א טאג ער קען נישטו ציקוקן ווי אזוי סאטמאר וואקסט מיט רבי'ן אויפן הינזיכט. משה בן פראדל ווייסט וואס טוט זיך אפ ביים רבי'ן חודש אלול אין תשרי אין אז טויזנטער יודען גיין אריין לפני ולפנים צי רבי'ן. משה בן פראדל ווייסט אז א יו"ט סוכות קומען צי פארן אויף וויליאמסבורג אריבער 2000 געסט. משה בן פראדל ווייסט אז ביי די הקפות איז דא איבער 6000 יודען.
אין ווייסט וואס נאך ער ווייסט, אז ביי ר' זלמן לייב איז חודש אלול אין תשרי געווארן א 1800 נאמבער פאר געסט ?! אין פאטא אפ מוצאי יום טוב. זה הא.
אין די עקנאמישע וועלט הייסט דאס א די (GDP) גראס דעמאסטיק פראדוקשין איז אין רויט, ס'דיקליינט יעדעס יאר ר' זלמן לייב חסידות זיצט יעדעס יאר אויף מיטינגען ווי אזוי מען מאכט קלענער דעם שול ווי מען קען אלץ אראפ שניידן וואס מען קען טיען דער עולם זאל קומען, מען פרובירט ציזאגן פאר די קליינע קינדער גיטע זאכן אז זיי זאלן שלעפן די טאטע'ס ברייטע סטעזשס, טועמי', ברייטע סיעדות. אין מיט דעם אלעם ווילן זיי נישט גיין זייער רבי'ן .
משא"כ אין הופפער איז אויסגעשטעלט וואס מער צי פארטרייבן דעם עולם דאס ביהמ"ד אויסגעוואקסן לויט אלע מופרשים, די מקוה איז פיצל בליעה"ר פאר דעם ציבור נישט דא געניוג ביה"כ, נישט דא ווי זיך אראפ צי לייגן פאר 2 מינוט טאמיר מען וויל אפריען ווי מען גייט אין שטייט שלאגט מען זיך פאר סורווייוול פאר א פלאץ, א יעדער מענטש האט זיך במשך דעם יו"ט געמיזט שלאגן פאר א פלאץ. ס'שווער פאר מענטש מיט ציהאלטן דעם גאנצען יום טוב, מען ענידגט זייער שפעט ( איך ווייס נישט אויב ס'איז א מענטש וואס האט מיט געהאלטן מיט'ן רבי'ן דעם גאנצען יום טוב )
אנגעהויבן פין הו"ר אויף דערנאכט דאס ליינען, שפעטער פירן טיש, ארין נאכדעם ביים תהילים זאגן אפגערעדט פין דאס דאוונען אין דרשות הו"ר, יעדעס מאל איז דאס ביהמ"ד געווען פיל עד אפס מקום.
אן ערהאבן בילד איז געווען ביי לא תבשו ווי טויזטנער יודען פין אלע זייטן האבן געזעהן דעם רבי'ן טאנצען אין די הקפות תיכף דעראויף מיט איבער מענטשליכע כוחות איז די רבי ארום געלאפן שפעטער אויף דער נאכט איז די רבי אריין געקומען פירן טיש ( וואס אפילו ווער ס'איז דארט געווען איז האלב וועגס געשלאפן )
שמיני עצרת דאס דאוונען דער אהבה רבה פין רבי'ן, ביי גשם ווי טויזנטער יודען האבן א שריי געטאן לחיים ולא למות איז פרייזלעס, נישט דא אין די וועלט דעס ציבאצלען האלב 5 איז די רבי אריין אין די סוכה קידוש צימאכן.
6 אזייגער איז די רבי אריין געקומען צי שלש סעודות ווואס די סוכה האט נישט געקענט אקמעדירן דעם ציבור א גרויסן דאנק קומט זיך פאר ר' ש.ז. ווייס אין ר' י. יאקאבוויטש וואס האבן געטיען אלעס אין דער וועלט אז מער מענטש זאלן קענען מיט האלטן דעם געהויבנען מעמד מה נהדר ווען די רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד אנגעליינט אויף הרה"ג ר' העניך אין הרה"ג ר' חיים הערש מייזלעס דאס שול איז שוין געווען פיל ווען די רבי האט נאך געפירט אין די סוכה אין די רבי האט אנגעוויטשען א גוט יום טוב
ביי חצות הלילה איז די רבי אריין געומען דאוונען מעריב אין פירן די הקפות וואס דאס האט אנגעהאלטן ביז האלב זעקס ווען די רבי האט געטאנצן די זיבעטע הקפה וואס בדרך אגב איז כדי צי צילייגן אז די לעצטע 30 יאר האט מען געמאכט די 7 הקפה אין 30 סוקנדוס די רבי שליט"א האט דאס דראסטיש געטוישט ווי מען האט געקענט זעהן פארטאגס
דער קלימאס פינעם יו"ט איז געווען שמחת אינדערפרי וואס איך האב נישט די ווערטער צי באשרייבן
האלב ניין איז די רבי אריין געקומען צי נעילת החג טיש איך וועל עס דיסקרייבן אין ווארט אז מען דארף האבן א ניי שול אין נאכדעם איז די רבי ארויס געקומען צים באגלייטן פאר רבבות יודען אויפן גאס.
דעס אלעס האט בן משה בן פראדל פרובירט די לעצטע האלבע יאר אויף די אינטער נעט טראפידין מיט זיינע לעצטע געווער מיט די געמיינסטע סארט אריטיקעלן.
בן פראדל טייערע ביז מיאוס דורך געפאלן, זייער זייער מיאוס, איך גלויב אז ווען די ביסט ווען אז רעגירוג'ס מאן וואלט דיך די רעגירנוג ארסעטירט פאר אזא דורכפאל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 03:52 |
|
| |
ס'איז א געוואלדיגע שמחה אז ס'האבן זיך גיענדיקט די ביטערע צייטן ווען מ'האט פון די הויכע פענסטער יעדן ערליכן יוד גערודפ'ט און אויף אסאך אידישע קינדער געהייסן ווארפן שטיינער. לפי פקודת האדמו"ר הידוע וועלכער האט גע'דרשנ'ט אז מ'דארף שרייען כוהנים ארויס און פאר'ן קאשויער רב ז"ל עפרא לפומי' וכו'.
היינט צו טאג קומען זיך אלע חסידים צוזאמען אויף א דעמאקראטישן אופן סיי אין ראדני, סיי אין הופער, יעדער ברענגט זיך זיינע חסידים. נאר זיי פארגעסען וואס דער הייליגער דברי חיים ז"ל האט געזאגט אויף די היינטיגע רעביס ווי ס'ווערט געברענגט אין די השמטות אויף פרשת ויקהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 05:13 |
|
| |
צבי הירש
א קליינע הערה'לע
די הייליגע ווערטער פון דברי חיים זענען געזאגט געווארן פאר א ערך פון 150 יאר צוריק, און ער האט קלאר נישט געזאגט אז דאס מיינט די רבי'ס פון תש"ע, ווייל תר"ס האט מען אויך געזאגט "ס/איז דאך באקאנט וואס דער דברי חיים האט געזאגט אויף די היינטיגע רבי'ס" בו בזמן ווען ס'איז געווען א דור פון קדושים וצדיקים
אלא מאי
אית רבי'ס ואית רבי'ס
און מיין מסקנא איז אין איין ווארט:
א אינגערמאן איז אריין צו א געוויסן גדול בישראל, און אים געפרעגט א הארבע שאלה, מיין טאטע איז א חסיד פון דעם רבין (נישט א נפק"מ פון וועם די רעדע איז) און איך בין אויפגעוואקסן אין די אטמאספער, איך לעב אין די לופט, אבער מה אעשה, איך האב צופיל אינסייד זאכן געזען ביי דעם רבין, און איך האלט נישט פון אים, מה עלי לעשות.
האט אים יענער גדול געפרעגט
ער הייסט דיר עובר זיין אויף דברים המפורשים בתורה
איז דער ענטפער געווען: ניין
אויב אזוי זאגט ער אים, זיי דיך ווייטער מכניע
ע"כ דברי הרב
ומכאן ואילך דברי אני הצעיר, די ווערטער פון הייליגן רבין ר' אלימלך אז ווי ס'איז נישטא קיין ראש איז דער ס"מ דער ראש
קאט די אלע קרעפ מיט די היינטיגע רבי'ס, און איך רעד נישט מיט דעטאלן, אויב איז ער דיין רבי בכל הענינים, תבא עליך ברכת הטוב, און אפילו א ארוני, אויב איז די רבי דיין רבי נאר דו זאלסט קענען טשעפענען דיין שכן דעם זאלי, אדער אויב פאלגסטו נישט זיינע הוראות, גיי ווי די אויגן טראגן דיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 15:55 |
|
| |
יא יא
מיר געדענקען נאך זייער גוט, וואו און דער שווערע צייטען, ווען די מחלוקה וואס דער זלמניו האט אנגעברענגט אויף סאטמאר, האט שוין געבושעוועט אויפן ארגסטען!
פרעגט דער לאנגער באזאפנער בן פראדעל אויף הייבן זיין לאנגע פינגער, און אנגעהויבן מאכען נעניעים,
ער האט געפאכעט מיטן פונגער קיין קרית יואל, קיין בארא פארק, קיין לאנדען, קיין בני ברק, שרייענדיג דערביי וז''ל ''איך וועל ענק ווייזען וואס איך קען'' איך קום יעצט קיין קרית יואל און איך וועל מאכען ארדענונג, איך וועל אים אנלערען!
ביזדערווייל?
שטייט ער באמאכט וואו א נער, א שוטה, אונטערען שטוהל, ווען דער עם הארץ הגדול, מיט אראפ געלאזטע נאניע, באגאסען פינקט וואו המן'ס טאכטער, און זיכט נעבאך א היימיש פנים צו וועם צו שמייכלען, און די אויגן שווינדלען אים פון די ''וויטשעס''
אונז בלייבט נאר איבער איין זאך צו זאגען כן יאבדו כל אוביך ה'
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 16:42 |
|
| |
עפעס טוט וויי אז עטס שרייטס אזוי
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 19:45 |
|
| |
ניין מ'יובל'ט ניצחון,
קעגן שררה גיינציגע מהרסים,
אימארלישע בעלי תאווה, מיט מידות משחתות, הולכים בערכעות ומוסרים.
וועלכע האבען געארבעט מיט אבנארמאלע כוחות הטמאה צו צוברעכן סאטמאר מיט איר גאנצע קהילה קדושה.
בילדינגס קען מען גנב'ן, איז זיי טאקע געלונגען צו גנב'ן רוב בנינים אין וומ''ס,
אבער מענטשן קען מען נישט, ''ספעציעל ווען מ'רעדט פין אזעלכע יודן וואס האבען איבערגעפילט די סאטמאר'ן ביהמ''ד'' דעם יו''ט , זקנים שקנו חכמה, בעלי בתים, תלמידי חכמים, חסידישע יודן מלא טעם,אינאיינעם מיט די אבריכם ובחורי חמדי וואס זייער איידעלע פנים'ער האבען מעיד געווען אויף זייער יראת שמים, וואס האבען זיך געפרייט בשמחת התורה ווי א זעלטן נאנטער קרוב, אשרי עין ראתה כל אלה.
אשרנו מה טוב חלקינו!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 02:15 |
|
| |
אשרי עין ראתה כל אלה!
וואו איז דא דער פעדער וועלכער זאל קענען אראפשפילן מיט לעבעדיגע פארבן די אויסטערלישע שמחה וואס האט איבערגעפולט סאטמארע חסידים דעם פארגאנגענעם שמחת תורה?!
איך כשלעתצי האב זיך פשוט נישט געקענט צוזאמנעמען ביז יעצט צו קענען אויסדריקן מיינע געהויבענע געפילן. נישט ווייל איך האלט אז איך קען עס ריכטיג געבן צו פארשטיין דורך די קאלטע קאמפיוטער קנעפלעך פאר עמיצן וואס האט נישט געהאט די זכי' דאס פערזענליך מיטצוהאלטן, קען מען אבער בשום אופן נישט בלייבן שטיל. פטור בלא כלום אי אפשר.
כ'וועל עס פרובירן מאכן בקיצור, אויף וויפיל מיין איבערגעפולט הארץ וועט עס ערלויבן.
דער ריכטיגער אריינפיר צום מורא'דיגן רגל בפני עצמו וואס "שמחת תורה אין סאטמאר" שטעלט מיט זיך פאר איז געווען ביים שולחן הטהור די נאכט פון הושענא רבא. דאס ערנסטקייט און הייליגקייט פונעם טיש, דער וגילו ברעדה, דער פחד פאר די לעצטע מינוטן בעפאר מ'שיקט ארויס די קוויטלעך פון הימל, האט זיך געטאפט אין דער לופטן. די טייכן טרערן ביי "לעמו מחיש ישועה" און "ראה דמע עיני" האבן אריינגעדרינגען און פארפלייצט די הערצער פון אלע אנוועזנדע.
המשך יבא בע"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 02:47 |
|
| |
#2
ביי סאטמארע חסידים איז הושענא רבא איינער פון די הייליגסטע טעג אין יאר. ווען מ'הערט די זקני החסידים דערציילן וויאזוי דער טאג האט אויסגעקוקט ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אינדערהיים און דאהי, ווען ס'ערוועקט זיך וואס מ'האט אליין געהאט די זכי' מיטצוהאלטן ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, גייט אדורך א סקרוך אין די ביינער ווען אימער מ'דערמאנט זיך פון זייער געוואלדיגע עבודה אין דעם טאג.
און דאס זעלבע שפילט זיך ווייטער אפ ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א. טראץ וואס מ'האט זיך א נאכט בעפאר געלייגט אין די פריע פארטאגס שעות נאכן אויסזאגן תהלים, טראץ דעם קורצן פרייטאג ערב יו"ט מיט אלע זיינע פיבערדיגע הכנות, טראץ וואס עס ווארט נאך אפ צוויי רוקן ברעכנדע טעג, וועלן סאטמארע חסידים בשום אופן נישט מוותר זיין מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פון רבינו שליט"א.
בלויז צו הערן ווי דער רבי איז זיך מתחטא כבן לפני אביו מיט די הארצרייסנדע בכיות ביי די בארימטע "הושענא רבא דרשה" לוינט זיך צו שטיין אויף די מידע פיס לאנגע שעות. אלס 'באנוס' האט מען נאך די זכי' מיטצוהאלטן די הייליגע נענועים ווי טויזנטער אידן ברומען אונטער די ווארימע ניגונים בשעת רבינו שליט"א שטייט אויבנאן ווי דער ריכטיגער שר צבא ה' מיט זיינע 'כלי זיין' און די טרייסלענדע בכיות רייסן דורך אלע שערי השמים.
הונדערטער חסידים וועלן נישט מוותר זיין אפילו אויפן טיש הושענא רבא בייטאג, אפשר דער איינציגסטער טיש אין יאר וואו רבינו שליט"א איז נישט משמיע די דברות קודש צוליב דעם קורצן זמן. אינדערצייט וואס רבינו שליט"א און די איבריגע חסידים יאגן זיך אהיים צו פארטיגן די הכנות צום אנקומענדן יו"ט, זעט מען אין ביהמ"ד ווי דער משמש ר' יואל קויפמאן שטעלט אויף אין איילעניש די ריזיגע פארענטשעס אויף מזרח זייט.
ווער ס'האט צייט קען באמערקן די פרישע הונדערטער חסידים וועלכע קומען שוין יעצט אן אין ביהמ"ד לכבוד יו"ט צו קענען כאפן א גוטן פלאץ. יעדע מינוט איז א שאד, און איין מינוט צו שפעט קען מיינען פארפאסן לאנגע שעות פון עונג יו"ט.
המשך יבא בע"ה
 |
|
|
|
|
|