געלעכטער: מיכאל שניצלער איז ממש שעדליך פאר די קינדער...
די קרעציגע וואס רעדן זיך איין אז דער עולם רעכנט זיך מיט זייער מיינונג האבן זיך אויפגעוועקט. זיי האבן שוין אנטדעקט א פרישן מכשול פאר'ן חינוך פון אונזערע קינדער: מיכאל שניצלער. זיי האבן ארויסגעגעבן אן איסור אויף זיין טעיפ. די צעטלעך וואס איז אויפגעהאנגען געווארן אין די אהרונישע שולן דערקלערן אן קיין שום בושה אז דער טעיפ איז תועבה און טאר נישט אריינגענומען ווערן אין קיין אידיש הויז. ס'איז תועבה! עטס הערטס? תועבה!
די חברה כאפן נישט אז מיט יעדן פרישן אומשכלדיגן איסור וואס זיי געבן ארויס מאכן זיי נאר א חוזק פון איסורים, אזוי אז ווען ס'וועט אמאל קומען אן אמת'ע פירצה אויף וואס מען וועט באמת דארפן מוחה זיין וועט דער עולם לאכן דערפון.
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מיכאל שניצלער'ס טעיפס איז ערגער פון לחיים ברידער אדער אנדערע סימילער טעיפס וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע פאר יאר?
גלייבטס מיר אז מיכאל האט קוים געווארט אויף דעם איסור, ס'איז דער בעסטע אדווערטייזמענט...
און רבי יענקל וואס זיצט אויפן אינטערנעט א גאנצן טאג זאל מיר נישט פלוצלינג ווערן אזוי פרום אוי מוחה זיין אויך JAZZ ווייל די ווייסט ניטאמאל וואס JAZZ מיינט.
און ביי די וועי מיכאל איז מער א DISCO און א ROCK & ROLL זינגער.
יאנקעל, ווי שעמסט זיך נישט א ליידאק אין פיסטאק ווי דיר צי עפענען זיין פיסק, איך בין גראדע נישט קיין סאטמערער, אבער ליינענדיג דיינע תגובות וואס זענען כסדר פיל מיט דברי זילזול אקעגן ערליכע אידען, אין פארנימען מיט מחלוקת, וועלכע רבי איז גרעסער אין ווער ס'האט שענערע בילדער, אין דרייט זיך אפען אינטערנעט 24 שעה א מעת לעת, איז דאס חינוך הבנים?
טאקע דאס איז די אפפאל פין כלל ישראל, נישט די וואס די ריפסט אן "שוואכע יונגלייט".
אין אגב, רוב מחנכים האלטען גאר שטארק פין די ניגון, אחוץ אפאר סיקריקים פין וו"ב.
נשלח ב-14/10/2009 19:16
כ'האף אז ענק רעדן נישט אזוי קעגן ענקערע קינדער, אין אויב יא דאנק איך דעם אויבערשטען אז ענק שיקען נישט די קינדער אין אינזערע מוסדות.
כ'שטעל מיך פאר אז ס'וועלן זיין מער ניקס וואס וועלן מיך אטאקירן ווי די וואס געבן שטיצע, אבער נאר אויף היידפארק נישט אין בית המדרש!
נשלח ב-14/10/2009 19:30
איך האב געהערט יענעם טרעק פון מיכאל'ס טעיפ.
ס'איז א חרפה און א בושה!
שוין אפגערעדט פון די אומדערהערבארע איידיע אז א "זינגער" ( - וועלכע זענען געווענטליך נישט פון די מובחרים בעם... - ) זאל האבן אין זיינע הענט איבערצוגעבן חינוך פרעזענטאציעס פאר אונזערע קינדער,
איז אבער דער ניגון עקסטער א גרויל! ער מאכט חוזק פונעם גאנצן "הוכח תוכיח". יא! ס'איז פארהאן א מצוה פון הוכח תוכיח! ס'באדערט דיר ווען מ'זאגט דיר מוסר? ס'קומט אזוי!...
נשלח ב-14/10/2009 20:02
ווי יעדער קען זען ווייסט רבי יאנקל נישט די דעפענישאן פון השכלה און פון דזשעז. ער האט ניטאמאל געהערט דעם טעיפ און ער ווייסט אז ס'איז טריפה.
רבי יאנקל קענסט נוצן נאך פינף פון דיינע ניקס צו בעקן דיין ערשטן ניק אבער פאקט בלייבט פאקט, און מיכאל פארקויפט טויזנטער קאפיס ב"ה.
נשלח ב-15/10/2009 02:56
לאגיש, איך פארשטיי דיין ווייטאג, ווארום דו ביסט א געשוואוירענע אנהענגער פון מיכאל (ווי איך זעה אין דיינע אלטע תגובות), סוי איז דיר די צעטל געשטאנען אין וועג,
וויסן זאלסטו אבער אז יעדער נארמאלער מענטש וואס הערט דעם ניגון, האלט אז עס איז "עקלדיג".
און עקלדיג מיינט עקלדיג!
און די טענה אז "למעשה זאגט ער דעם אמת", איז דא דערויף 3 תשובות:
1) אפילו ווען ער זאל זיין גערעכט, איז עס א אומדערהערטע זאך אז א "זינגער" - אין אונזער פאל א היבש-נידריג-קלאסיגער זינגער [הרב המחנך המפורסם רבי] מיכאל שניצלער [שליט"א] - זאל זיך לאזן הערן ברבים אין עניני חינוך.
3) אויב ליגט דארט "עפעס" אמת, איז עס אינעם ענין פון ישיבות וואס נעמען נאר מצויינים, אבער די גאנצע איבריגע חלק, די אנהייב און די סוף, איז הויל ליצנות פונעם עצם רעיון פון הוכח תוכיח.
חוזק מאכן פון חתימות און איסורים פון רבנים "בכלליות" איז א אומבאשרייבלעך-שרעקליכער עוולה! איך וואלט אים אויסגעשלאסן פון כלל ישראל דערפאר!!!
אדרבה, אויב האסטו די טעקסט פונעם ניגון, לייג עס ביטע ארויף דא, זאל דער עולם זאגן וואס זיי זאגן דערצו.
איך האב באקומען פון איינעם די טעקסט נאר פון די ענדע פון די ניגון וואס דאס אליין איז ווערד איבער גענוג:
נישט קיין אנדערער ווי משוגענער1 וואס זאגט שוין חדשים לאנג מוסר פאר די הנהלת הישיבה און לערנט זיי וויאזוי מען דארף פירן די ישיבה אין קרית יואל כדי צופרידנצושטעלן די בחורים.
נאכמער, דער זעלבער משוגענער1 האט געפירט א מלחמה מיט די הנהלה ווען זיי האבן געווארפן בחורים און ער איז בשאט נפש געגאנגען צו דעם זאלי פארום און דארט געעפנט אשכולות מבזה צו זיין די ישיבה פון רבינו שליט"א. ער האט דאס געטאן איינמאל, צוויי מאל, דריי מאל און הונדערט מאל.
דער זעלבער משוגענער1 האט שטענדיג זיך געפרייט ווען בחורים און קינדער האבן געטאן גוטע שטיקלעך קעגן די הנהלת הישיבה, די זעלבע בחורים און קינדער וואס ער זוכט יעצט צו פראטעקטן פון מיכאל'ס ניגון.
ר' מיכאל, אט האט איר א מעסעדזש פון משוגענער1: אויב ווילט איר זאגן מוסר פאר די הנהלות זייט מוחל טוט עס נאר אויף די ציוניסטישע היידפארק, און די טריפהנע אינטערנעט, און מאכט זיכער אויסצושמוצן דווקא די הנהלת הישיבה פון די אהרונים, כדי מבזה צו זיין דעם כבוד פון סאטמארער רבי'ן שליט"א.
משוגענער1, טול קורה מבין עניך! דאס איז עקזעקטלי וואס מיכאל שניצלער האט געמיינט מיט זיין ניגון, און דאס איז נישט זיין אייגענער חידוש נאר ער נעמט עס פון רבי טרפון אין די גמרא אין ערכין.
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 15/10/2009 3:56:31
נשלח ב-15/10/2009 04:21
אפגעזעהן סאטמארער פאליטיק, ר' מיכאל'ס טעיפ איז א חורבן פאר'ן חינוך פון אונזערע יונגווארג.
נשלח ב-15/10/2009 05:07
אפגעזעהן פאליטיק, ר' מיכאל'ס טעיפ איז א חינוך פין די וואס מאכען א חורבן פאר'ן חינוך פין אונזערע יונגווארג.
מען דארף געדענקען אז ער באשולדיגט נישט אלע מחנכים, און בפרט נישט מוסדות פין קהילות, די מוסדות עפ"י רוב נעמען אהן אלע אייגענע בחורים, נישט קיין חילוק שוואך אדער מצויין. אמאהל מוז מען איינעם ארויסווארפען ווייל ער מאכט פשוט קאליע, און ער ברויך גיין מיט זיינס גלייכען. וואס ער רעדט איז מערסטענס פין אזעלכע רבנים וואס מאכען זיך ישיבות בלויז פאר מצויינים, וואס דאס, הגם עס איז נישט קיין עוולה, אבער טאמער מאכט זיך אז זיי האבען אריין גענומען א בינוני, אדער א שוואכע, און מען ווארפט אים ארויס פאר דעם אליין, איז עס אן עוולה שאין כמוהו.
לייגטס אריין דעם קאפ אין די ערד ווי די בת היענה אין רעטס ענק איין אז סאיז נישטא קיין פארבלעם
אין צייטשריפט די וואך איז דא א הערליכע לאנגע ארטיקל איבער די זעלבע אישו פון די ישיבות אין קינדער אין בחורים ליינען עס אויך
נשלח ב-16/10/2009 03:50
אנטשולדיגט פארן שפעטיגן צו ענטפערן, איך בין נישט אזוי אפט אויפן פארק.
ארגינעלער כתב:
עס ברענגט מיר צו לאכן ווען איך זע ווער ס'רעדט.
נישט קיין אנדערער ווי משוגענער1 וואס זאגט שוין חדשים לאנג מוסר פאר די הנהלת הישיבה און לערנט זיי וויאזוי מען דארף פירן די ישיבה אין קרית יואל כדי צופרידנצושטעלן די בחורים.
נאכמער, דער זעלבער משוגענער1 האט געפירט א מלחמה מיט די הנהלה ווען זיי האבן געווארפן בחורים און ער איז בשאט נפש געגאנגען צו דעם זאלי פארום און דארט געעפנט אשכולות מבזה צו זיין די ישיבה פון רבינו שליט"א. ער האט דאס געטאן איינמאל, צוויי מאל, דריי מאל און הונדערט מאל.
במחילת כבודך, די דמיון איז זייער א שוואכע.
מיינע שרייבן דא קעגן די מתיבתא האט נישט צוגעברענגט קיין שום חורבן אין חינוך. איך האב גערעדט קעגן א "יחיד\יחידים" וואס "וויל זיין" א מחנך, מיכאל'ס ניגון רייסט אראפ "באופן כללי" די מחנחים. און אז קינדער זאלן דאס הערן רון זינגען, דאס איז שוין איינמאל א חורבן אין חינוך! זעהסט א שטיקל חילוק?
(דאס וואס דיר ברענט אזוי אז איך האב מבזה געווען די ישיבה פון רבינו שליט"א, ב"ה אז די רעזולטאטן זענען שוין טיילווייז עררייכט געווארן, [פאר שיעור ב' ולמעלה], און אצינד איז שוין יעדער מודה אז ס'איז געווען א טובה, וד"ל)
נשלח ב-16/10/2009 04:02
לאגיש כתב:
לייגטס אריין דעם קאפ אין די ערד ווי די בת היענה אין רעטס ענק איין אז סאיז נישטא קיין פארבלעם
אין צייטשריפט די וואך איז דא א הערליכע לאנגע ארטיקל איבער די זעלבע אישו פון די ישיבות אין קינדער אין בחורים ליינען עס אויך
1) ביי מיר איז א גרויסע חילוק צווישן שרייבן אן ארטיקל איבער א פראבלעם, אדער אריינלייגן ביי קינדער אין מויל די ווערטער "הוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק". ס'איז אומדערהערט! איך קען נישט גלייבן אז א היימישע אינגערמאן קוקט עס אן נארמא"ל.
2) לייג אין די זייט די ענין פון ישיבות און בחורים. אפשר זאגסטו מיר וואס ער זאגט דארט ביים אנהייב ניגון און ביים סוף, אויסער די "צוויי פאראגראפן" וועלכע באציען זיך צו דעם ענין. די גאנצע איבריגע חלק מאכט חוזק פון פרומקייטן, פון הוכח תוכיח, פון חתימות און איסורים (!), ועוד. און אויף דעם זאג איך אז איך וואלט מיכאל'ן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל!!! ווי איז דאס ביסל שכל? ווי איז דאס ביסל אידישקייט?. גענוג פאר יעצט.
תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 16/10/2009 4:03:32
נשלח ב-16/10/2009 06:06
האק נישט קיין טשייניק. מיכאל שניצלער מאכט נישט חוזק פון קיין שום אידישקייט. עס איז א פשוטע גמרא מום שבך אל תאמר לחברך
אין ער מיינט טאקע מיט דעם אזעלכע מענטשן ווי דיך וואס באשמוצן די ישיבה אויף בחדרי חרדים אין נאכדעם שרייען זיי אז זיי זארגן זיך פאר די חינוך. די ווייסט וואס די רבי זי"ע האט געזאגט איבער די וואס טשעפען מיט זיין ישיבה? די ווייסט וואס סאיז געשען מיט אסאך בחורים וואס האבן געטשעפעט מיטן רבינס ישיבה? א זאך אויף וואס די רבי האט קיינמאל נישט מוחל געווען אפילו ווען די בחורים זענען געווען גערעכט אין נישט די הנהלה. ער האט אזעלכע בחורים ארויסגעווארפן פין ישיבה אין זיי מרחיק געווען, די זעלבע זאך וואס די ווילסט יעצט טאן מיט מיכאל. שאל אביך ואחיך וואס סאיז געשען מיט בחורים וועלכע האבן זיך פארטשעפעט מיטן רבינס ישיבה, זאל די אייבירשטער העלפן אז די זאלסט ח"ו נישט ליידן. האפנטליך וועסטו ארויף גיין צים ציון אין איבערבעטן די רבי זי"ע אין ער וועט דיך מוחל זיין אויף די שרעקליכע עבירה וואס די האסט געטאן
מיט זיין ניגון האט ער געמיינט מענטשן וואס טוען אליין שגץ שטיק אין נאכדעם גייען זיי שרייען אז מיכאל שניצלער איז די שגץ
אין ווען די רעדסט פון איסורים ביסטו טאקע אינגאנצן פארנערט? האסט פארגעסן די איסור פון די ברך משה אויפן בלאט, די מחאות קעגן ר' אליקים שלעזינגער, די איסורים יעדן שני וחמישי פין די פורים בית דין? אא"וו ר' יוד מיר זענען אין תש"ע. איך דארף דיר נישט זאגן וואס סאיז די מצב פון איסורים היינט
מיט אפאר וואכן צוריק בין איך געווען ביי א באווארפן האב איך געזען וויאזוי א יונגל ברענגט א פעקל פאר זיין טאטן אין זאגט אים טאטי איך מעג עסן די לאלי? דער טאטע קיקט אויפן לאלי אין זאגט פארן יונגל, יא די מעגסט עס עסן, סהאט נישט נאר התאחדות הרבנים, סהאט אויך OU
איך ווייס אז די טאטע האט אביסל איבערגעצויגן די שטריק אבער די מיינסט אז טאטעס באהאלטן פין זייערע קינדער וואס סאיז די מצב פין אסאך פון די היינטיגע רע בנים אין וויאזוי זיי האבן געמאכט פון די תורה א קרדום לחפור בה
מיכאל שניצלער זינגט וואס אלע קינדער הערן פין זייערע טאטע