בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: העדה החרדית קעגן דעם שלעגער י.ו. פון סאטמאר-ירושלים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2009 00:56 לינק ישיר 
ברעקינג: העדה החרדית קעגן דעם שלעגער י.ו. פון סאטמאר-ירושלים


אכן נודע הדבר! די ריכטיגע שמוץ הייבט אן ארויסצורינען! ליינט און שטוינט,
ווי שוין באריכטעט האט פארגאנגענעם יו"ט סוכות דער טרויעריג בארימטער שלעגער\געשלאגענער יצחק ווייס פון ירושלים מקורבו ושליחו הנאמן פון הצדיק חיים הערשעלע ט"ב געכאפט מכות רצח פון די ירושלימ'ער תלמידי הישיבה נאך וואס ער איז דארט אריינגעלאפן מיטט א שטעקן צו שלאגן די בחורים פארן זיךל חוצפענען צו ר' חיים הערשעלע.
יעדער געדענקט זיכער אז ס'איז געלונגען פאר די בחורים איהם אויסצוהאקן צוויי פאדערשטע ציינער לקיים מה שנאמר 'רשע הקהה את שיניו'.
אלזא דער שלעגער האט באקומען א היתר פון ר' חיים הערשעלע זיך צו ווענדן צו די ציאניסטישע פאליציי, יא יא צו די וואס מקל'ען אן מיט בראטאלישקייט די פרומע אידן ביי די שבת'דיגע הפגנות, דער י. ווייס האט איינגעגעבן א קלאגע אנטקעגן 3 בחורים, אן קיין שום בושה.
ער האט דאס געטהון גלייך נאך שמחת תורה ווען ר' חיים הערשעלע איז נאך געווען אין אמעריקא כדי ער זאל זיך קענען בייגן די גענאק און זאגן ווי געווענליך "איך ווייס נישט פון וואס מ'רעדט דא, עס האט נישט מיט מיר, ער טוהט דאס על דעת עאצמו, איך האב נישט קיין ווארט אויף איהם וכו' וןכו'' "
בקיצור די אנגעקלאגטע בחורים האבן זיך געוואנדן צו הרב שלמה יודא הירש שליט"א מו"צ העדה החרדית וועלכע איז אויפגעשאדערט געווארן צוהערנדיג די חילול ה', אבער מורא האבנדיג פון די טערארריסטן ארום ר' חיים הערשעלע האט ער געצה'ט די בחורים זיך צו ווענדן צום ביד"צ העדה החרדית און פארציילן וואס ס'שפילט זיך אפ אין סאטמאר אזא פרעכע מסירה ומלשינות.
די בחורים זענען אריבער צו די העדה החרדית און אויפגעוויזן דברים כהווייתן, די ביד"צ האט תיכף ומיד ארויסגעשיקט א בריוו צו דעם שלעגער י. ווייס ער זאל זאפארט צוריק ציען פון די מסירה ביי די פאליציי.
עס האט נישט גענומען קיין 24 שעה און דער שלעגער איז שנעל געלאפן מבטל זיין די קלאגע כדי צו אפשוינען בזיונות פאר זיין משלח ר' חיים הערשעלע.  



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 00:58 לינק ישיר 

פאפירן ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/10/2009 01:26 לינק ישיר 


איך הער אז די בריוו פון די עדה החרדית דרייט זיך ביי די בחורים אין ירושלים,
אדרבה ווער ס'קען דאס אהערברענגען ווערט געבעטן דאס ארויפצולייגן ווי שנעלער,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 15:49 לינק ישיר 

עס איז שווער צו פארשטיין וואו אזוי די ירושלימער בחורים, שעמען זיך נישט, זיך צו פארמעסטען מיט אזא נידריגער פארשוין וואו דער י. ווייס,

ער האט געכאפט גוטע שלעק, שוין! זיך ווייטע מטפל צו זיין מיט אים? דאס ברענגט שטארק אראפ די ניווא פון ישיבת יפו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 15:51 לינק ישיר 


לאמיר זאגן אז עס איז אמת (איך זעה נאכנישט קיין פאפירן) אבער רבש"ע וואו קומט דא שוין ווידער אריין רבי חיים צבי שליט"א אין דעם פיקטשער ?
אדרבה יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אליין אז אויב וואלט רבי חיים צבי שליט"א אמת'דיג געווען פארמישט אין דעם מערכה וואלט זיך זיכער די העדה החרדית נישט געמישט אין דעם, אזויווי זייער גאנג לכל אורך המערכות אין סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 20:36 לינק ישיר 

אימ-שכל'דיג
I FEEL YOU PAIN
יעדער דרייט זיך מיט זיינס גלייכען

פינקט ווי דיין רבי דרייט זיך מיט איינעם וואס איז ביז לעצטנס געווען א מחלל שבת בפרהסיא
פינקט ווי דיין רבי דרייט זיך מיט איינעם וועט ווערט יעצט אנגעקלאגט אין קלאגעס וואס שטעלט אויף די האר אפי' פין יעדן רעכדענקיגען ''גוי''

אזוי אויך דרייט זיך זיין זין מיט.....

מצא מין את מינו!

תוקן על ידי rebyankel ב- 20/10/2009 21:02:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 20:55 לינק ישיר 

איך הער דאך אז די ארונים זענען געגאנגען אין בג"ץ
נישט יצחק ווייס !


אזעלכע שקרנים די ביד"צ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 21:06 לינק ישיר 

יש''כ, משה גאבע

פאשטייט איינער פארוואס די בי''ד פארשווייגט ווען דער משתלט האט אין א לוזערישע שריט געקלאגט א עסקן פין ב''ב, אין די קעיס איז נאך אפען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 21:27 לינק ישיר 


אלעס זייעהר פיין און זייעהר וואויל,
אבער לשיטתכם האבן די ביד"צ העדה החרדית געמאכט א גרויסן טעות
אנשטאט שרייבן י.ו. האבן זיי געדארפט שרייבן לכב' הרה"צ רבי חיים צבי ט"ב שליט"א, ער איז דאך דער משלח, טעראריסט וכו'וכו'....

אלא מאי, עס איז אזויווי איך האב געשריבן עטליכע מאל, די גאנצע פאליטיק האט גארנישט מיטן רב ומה לו ולצרה הזאת, ער איז דער רוחניות'דיגער מנהיג און משפיע פון די ירושלימ'ער קהילה און די אלע אינערליכע קינדערישע געפעכטן האט גארנישט מיט איהם, צו עס שמעקט אייך יא צו נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 21:35 לינק ישיר 

דער שכלדיג זאל לעבן און געזינט זיין האט גענימען אויף זיך א ציהל צו ריין וואשען דעם יפו'ער צדיק! נא! נייס טריי!

ער איז א ריכטיגער הולך בדרכי אבות, אן אייניקעל פון ר' משה שפיטץ ע''ה, וואס מען אויף אים ערענסט מרנן געווען נאך דער דער קריג, אז ער האט זיך פארליבט און א ''נישט מאן'' פון די גויאישע משפחה, וואו ער האט זיך אויס באהאלטען נאך דער קריג!

עכ''פ זאל ביי דיר זיין קלאר אז עס איז א ש אד דיין מיה! ר' יענקעל בערניו דער בלעקבערי רבי וועט אי''ה זיין ר' זלמניו'ס ממלא מקום, ער וועט ווייטער פירען די וויטשעס, ביז זייער ענגילטיגער ציהל, עס איז א שאד צו פארטיידיגען דעם יפו'ער סבא קדושה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 21:41 לינק ישיר 

שכל'דיגער שוטה,

- יעדער קליינער אינגל אין ירושלים וויסט אז י.ו. איז דער פרעזענליכער טעראריסט פון הצדיק ר' חיים הערש.
- יעדער וואס דרייט זיך נאר אין ירושלים ווייסט אז דער י.ו. איז פון די נאנטע יועצים און פירערס פון די זאלוינישע קהילה.
- יעדער זאלויני אין ירושלים קען מעיד זיין אז דער צדיק ר' חיים הערש חנפ'עט י.ו. ביי יעדע געלעגנהייט.

צו קומען פראבירן אפטיילן צווישן דעם צדיק ר' חיים הערש מיטן אומפארשעמטן לאנג-יעריגער מנובל י.ו. איז פשוט אשאד ווייל די קשר של קיימא צווישן די צוויי איז א טרויעריג באוואוסטע פאקט.

אומשכלדיג אשאד פאר דיין ארבעט ס'איז שוין צו שפעט.


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 20/10/2009 23:27:27

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 21:41 לינק ישיר 

שכלדיג כתב:

אלעס זייעהר פיין און זייעהר וואויל,
אבער לשיטתכם האבן די ביד"צ העדה החרדית געמאכט א גרויסן טעות
אנשטאט שרייבן י.ו. האבן זיי געדארפט שרייבן לכב' הרה"צ רבי חיים צבי ט"ב שליט"א, ער איז דאך דער משלח, טעראריסט וכו'וכו'....

אלא מאי, עס איז אזויווי איך האב געשריבן עטליכע מאל, די גאנצע פאליטיק האט גארנישט מיטן רב ומה לו ולצרה הזאת, ער איז דער רוחניות'דיגער מנהיג און משפיע פון די ירושלימ'ער קהילה און די אלע אינערליכע קינדערישע געפעכטן האט גארנישט מיט איהם, צו עס שמעקט אייך יא צו נישט.


אין די קלאגע ווי די גוישע משפחה קלאגט דיין רבין'ס ''רעכטע האנט'', אויף.....שטייט אויך נישט דיין רבין'ס נאמען, הגם ער איז  דער וואס האט אזוי געפייט פאר אים, אין געטיילט אזויפיל שלעק פאר די וואס האבען זיך נישט אינטערווארפען.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 21:50 לינק ישיר 


ר' יענקל טייערער, וואספארא מעשה מיט אַ גוישע משפחה מיינסטו (אויב עס איז דא) ביטע רעדט קלארע דיבורים.

לגופו של ענין, איך ווייס נישט ווער דער יצחק ווייס איז איך קען איהם נישט עס קען זיי אז אלעס וואס איהר שרייבט אויף איהם איז אמת און עס קען זיין עס איז שקר,
איין זאך האט איהר אליין מודה געווען אז נאך אלעס האט ער אויסגעפאלגט די הוראה פון ביד"צ און מבטל געווען די קלאגע ביי די פאליס אנטקעגן די בחורים.
דאס בין איך מודה ער זעהט נישט אויס צו זיין קיין קטלא קניא און אויך נישט קיין מר בר רב אשי, אבער פליז מיט זיין שמוץ ווערט נאכנישט גערירט כי הוא זה די געוואלדיגע חשיבות פון רבי חיים צבי ט"ב שליט"א וועלכער שמ'ט שוין פון אלס קינד אלס בן עליה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:09 לינק ישיר 


ר' יענקל, אויב דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן, שעם דיך נישט און שרייב מיר, איך זאל נישט סתם ווארטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:43 לינק ישיר 

כ'וועל דיך ענטפרן אין אישי וד''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 23:08 לינק ישיר 


ס'פרעגט זיך א קושיא אויפן צדיק ר' חיים הערש,

- פארוואס פארשטייט ער שוין עטליכע חודשים (משום מעשה שהיה) נישט אריינצולאזן דעם יצחק ווייס צו זיך אין שטוב אבער אין ישיבה ביי זיינע תלמידים הקרויים בנים לאזט ער איהם טוהן הריגות (בגוף ובנפש) ???

- פארוואס האט דער אמת'ער צדיק רבי משה אריה ז"ל פארשטאנען (נאך גביית עדות) אז יצחק ווייס טאר זיך נישט דרייען צווישן יונגווארג אן קיין השגחה, אבער ר' חיים הערש נוצט איהם אויף די אקלסטע שליחות'ער צווישן יונגלעך און בחורים ????

- פארוואס האט רבי משה אריה זצ"ל פארשטאנען בד"ת נישט צו דעקן יצחק ווייס נאך די ביטערע קלעפ וואס ער האט אריינגעלייזט פון די גערער עסקנים (פון ועד משמרת הצניעות) אום זומער תשנ"ג לפ"ק, און ר' חיים הערש פארשטייט אז מ'מעג אזא איינעם חנפ'ענען ווייל ער פיהרט איהם אויס זיינע שליחות'ער ???

- פארוואס ווען מיט בערך א יאהר צוריק האבן עלטערן פון די ישבה קטנה בחורים זיך געוואנדן צו ר' חיים הערש און געבעטן א טובה עפעס בנוגע דעם יצחק ווייס האט ער זיך ברוב תמימות ארויסגעדרייט און זיי געשיקט צו יוסל שווארץ ???
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 20/10/2009 23:31:13

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: העדה החרדית קעגן דעם שלעגער י.ו. פון סאטמאר-ירושלים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext