OU הייסט וויילאנד און GG נעמען משגיח פאר צומת הגידין
ווער האט געגלייבט אז די רבנים מיט'ן פראק און די שניפסלעך וועלן איינטיילן די רבנים מיט די ווייסע זאקן און ברייטע ביבער היטען וויאזוי צו געבן כשר'ס פאר אידישע קינדער?
דער פנים פלאנט פאר בושה אז די היימישע בתי השחיטה ווי וויינלאנד, GG און מארוויד האבן געמוזט נאכקומען דעם "טעראר" פון די OU רבנים, און אויפצונעמען א משגיח ספעציעל פאר בדיקת צומות הגידין.
נאכדעם וואס די היימישע ביבער היטן רבנים האבן געשריבן צעטעלך אז ביי זיי איז קיין פראבלעמען נישטא, האט די OU געזאגט קענסט שרייבן וואס דו ווילסט, אבער אונזער סטעמפעל קען מען נאר האבן אויב מ'פאלגט דעם שלחן ערוך !
די OU איז טאקע נישט אזוי שטרענג ווי די פרומע בתי השחיטה וועלכע עפענען יעדן עוף, אבער דאך פרומער פון די ביבער היטן פון התאחדות הרבנים און די אנדערע, וועלכע קענען נאר דרוקן צעטלעך, און גייען ליידער קיינמאל נישט אראפ אין פלענט עכט זעהן מיט די אויגן וואס דארט קומט פאר.
אין קורצן:
עס איז גוטע נייעס אז ענדליך ווערט ביי די אלגעמיינע שחיטה עפעס געטאן.
עס איז ליידער ביטערע און שלעכט נייעס אז די OU איז די וועלכע דארף זיין דער שטעקן פאר די ביבער היטן רבנים, וויאזוי צו פאלגן דעם שלחן ערוך !
 |
|
|