| נשלח ב-25/10/2009 22:09 |
|
| |
פאר Excavating ניצען נאר בעריש פעלדמאן
וויבאלד די זאלי'ס גייען אן מיט זייער טעראר, וואס ווערט געפירט דורכ'ן וועלטס לוזער - דער אפיציעלן גבאי פין רז''ל, שוין זייט ער איז געווארען דער מתשב''ק ביי רביה''ק בעל ב''מ ז''ל.
דאס מאל ''ווילן זיי'' אז ר' בעריש פעלדמאן זאל זיין דער קרבן, אין זיי ווילן אויסגיסען אויף אים זייער כעס, אויף דעם וואס די וויליזש אינספעקטאר האט פארארדענט אוועקצונעמן דעם הייליגען - אבער אימלעגאלען סויער פין די רעביצין'ס הויז,
אין זיי טענה'ן אז מ'האט געניצט ר' בעריש'ס טרעקטאר (לכאורה א פשוט'ע שקר אדער דמיון - אבער וואס ווילט איר פין אנגעווייטאגטע?)
אלזא רופן זיי פאר זייערע מרי לב אין ק''י פין די בנ''י/זאלי'ס (ווי שוין אויפגעוויזען איז עס גאנץ א קליינע %), מען זאל נישט ניצן ר' בעריש פעלדמאן,
ליינט וואס איין'ס פין די קווינס בחורים האבען געשריבן אין זאלי/קינדערישע פארום כדי צו באקומען א קניפ אין בעקל פין זיין מנהל אין זיין ''ראש ישיבה'' - פאר'ן טוען די ''נקודה פין רעבעציןזיכרוינליווראכע'':
א וויכטיגע בקשה צי אלע אנ"ש ווי אימער וואס טיען בויען אין די געגענט פין UPSTATE אזוי ווי דע בהמה בעריש פעלדמאן האט זיך צי געשטעלט צי דעם רשע דוד אין ער האט געטיען די Excavating ארבעט נעכטען ביי די רעבצין ביהמ"ד דע גוי אין טראקטער זענען געווען זיינע פארשטייט זיך ער האט עס געטיען פאר געלט זאל ער אין אלע אנדערע בעלי מלכות פין קרית יואל זעען אז ער דערלייגט געלט מיטען זיך צוזאם שטעלען מיט דעם רשע אפשר וועט ער נישט קענען טיען דע אלע רציחות'ער געדעקט לאו אכברא גנב אלא חורא גנב (איך האף אז סאיז גיט געספעלט) האט נישט קיין חלק אין גניבה רציחה נעמט א חלק אין אפשטעלן דע אלע טעראר עכ''ל
כ'מיין אז דער עולם פארשטייט אליין'ס וואס מ'האט צו טוהן
בכללל איז זייער וויכטיג, ווען איר רופט א בעל מלאכה אדער איר קויפט איין א געשעפט, מאכט זיכער צו שטיצען א היימישען, ספעציעל איינעם וואס ווער אפעקטירט פין זייער טעראר.
(ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך אין א זאך וואס האט מיט כשרות אד''ג, וואס אויף דעם האבען זיי נישט קיין נאמנות, ווייל זיי האבען אין לעדל א היתר וואס הייסט ''עס לעשות'', אין מיט טרעטן זיי אויף די תוה''ק, ווען אימער ס'פעלט זיך אויס. )
תוקן על ידי rebyankel ב- 25/10/2009 22:12:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 22:21 |
|
| |
אזוי? נעקסט טיים ווען די ווילידזש וויל גראבן ביי די רבצין, זאלן זיי ביטע נעמען ביי מיר די טראקטאר......... איך דארף אויך די ביזנעס פון רעביענקל
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 22:41 |
|
| |
ברוך השם גמ"ח הצלה'ס בודשעט גייט גרינגער ווערן איך זאג אייך ר' בעריש ווען איינער טוט א גוטע זאך דער אויבערשטער באצאלט אים צירוק אויפן פלאץ
יעצט וועל איך מסביר זיין מיינע ווערטער
מיין חבר א אקטיווע דרייווער פאר גמ"ח הצלה דערציילט אז ער דרייוט שוין אזוי א גוט שטיק צייט כמעט וואס ער איז נאך נישט געפארן אויף א טריפ אן דעם וואס כאטשיג 1 פון די זאלי/בנ"י גראפע זאל זיך דארטען געפונען און געווענליך נעמט ער סינגל טריפס
און רעדענדיג מיט די פאנד רעיזניג איז און די היסטערי כמעט נישט דא קיין זאליס אדער בני יואל
במיילא אין זכות פון דעם וואס ער העלפט צו עוקר צו זיין די קליפא טוט אים דער אויבערשטער באצאלן אין נעמט אראפ א גרויס חלק פון די עול וואס ליגט אויף זיינע פלייצעס
ר' בעריש כה לחי
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 22:50 |
|
| |
קען זיין אז די סיבה פארוואס די זאלי'ס האבען גענומען ר' בעריש פאר א קרבן
ווייל ער שטייט אין שפיץ פין די בארימטע גמ''ח הצלה.
(ווי באקאנט פירן די זאלי'ס פירן א {דורכגעפאלענע} מערכה מיט יעדע ארגענעזאציע אין קרית יואל, ווי חברה הצלה, גמ''ח הצלה, חברים, תומכי שבת, צדקת העיר, שבת אחים, וכו'
זיי האבען שוין לאנג בויקאטירט די אלע ארגענעזאציעס, כאטש קיין איינס פין זיי האט נאך קיין זאלי'ס נישט געטשעפעט)
ווייסט איינער זייער ווערסיע וואס זיי האבען קעגן גמ''ח הצלה?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 03:09 |
|
| |
יא יא, דאס האט רבי ז"ל געמיינט, יא יא
צוגרינד לייגן יענעם'ס פרנסה
פארוואס?
ווייל ער האט אנגענומען א דזשאב
ווי וואלט אייך געשמעקט ווען מען פראקלאמירט דא נישט צו נוצן און געבן ביזנעס פאר ענקערע מענטשן (איך רעכן נישט אויס קיין נעמען ווייל איך ווייל קיינעם נישט שאדן מאכן) וואס האבן געהאט א יד מיטן ברענגן דעם סוער, און וואס האבן זיך געשלאגן מיט די ווילידזש אינספעקטאר (מענטשן וואס מען זעט אויפן בילד)
והאחרון הכביד, טשעפענען א יונגערמאן וואס כמעט א יעדער אין קרית יואל אפגעזען ווי ער באלאנגט האט שוין הנאה געהאט פון גמ"ח הצלה, א אינגערמאן וואס איז זיך מוסר נפש פאר יענעם, ובעיני ראיתי כמה פעמים, קומען אידן (זענען דאס אידן?) מענטשן (זענען דאס מענטשן?) און פרובירן יענעם'ס פרנסה אונטערצוברענגן פארוואס?
ס'איז דא ביי ענק קלינער'ס ס'איז דא ביי ענק פלאמבערס, ס'קומט מיר אמאל אויס זיי צו נוצן
פון היינט און ווייטער בלי נדר
נאו מאר
אזעלכע רשעים!!!!!!!!!!!!
תוקן על ידי וואלןסח ב- 26/10/2009 3:29:39
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 15:44 |
|
| |
וואס האס \ ווייטאג \ שנאה \ אהבה מסתרת \ מידות גריעות \ טופשות \ קען טאן צו א מענטש,
מען נעמט א יונגערמאן, א עסקן, וואס העלפט ארוינים \ בנ''י און להבדיל זאלי'ס צוגלייך, א יונגעמאן וואס יעדע מאמע זאגט א קאפיטעל תהילים יעדען טאג, אז אירע קינדער זאלן נישט דארפן אנקימען צו אים, און מען רייסט אים אראפ, מען איז מקפח זיין פרנסה, פארוואס?
ווייל דער מסור דמתא, דאכט זיך אז מען האט געניצט זיין טראקטאר, ארויס צו גראבען דער אומלעגאלער, חבית של צואה רותחות, (וואס מיט דעם איז מען מעניש אויף יענע וועלט ''המלעיג על דברי חכמים'')
אויב די זאליס ווילן אים באקאטירען דאן זאלן זיי נישט דיילען דער נימער 7831212 ווען זיי האלטען א צוויי חדשים דיגע קינד, בלוי, צילוב אטמ'ען פראבלעמען, וד''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 20:51 |
|
| |
אויב נישט ניצן דאן זאלן זיי אויפהערן נוצן די גמ"ח הצלה אויך
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 20:57 |
|
| |
עפענט א אייגענע Excavating און א אייגענע גמ"ח הצלה
|
|
|
|
|